עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-75m1cd7v

kind
paragraph
order
36
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צום אלעם ערשטן, ווי תורה הייסט, אויסכין בברכה, אז מ'זאל אנהויבן ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען, ביי א גוטער געלעגנהייט, מיט אן ענין פון ברכה. ובפרט אז ס'איז דאך צוגעקומען א נייע זאך, וועגן א ברכה איז זאגט געווארן אין נאמען פון תינוקות של בית רבן, פון אידישע קינדער. זאגט דאך תורה אליין, אז דער אויבערשטער אליין, הויבט אן בברכה, און זאגט ואברכה מברכיך אז יעדערער וואס בענטשט א אידן, ווער רעדט נאך אז דאס ווערט געטאן דורך תינוקות שבית רבן, וואס בזכותם האלט זיך די גאנצע וועלט דער בראשית ברא אלקים את השמים ואת הערך וואס איר האט איצטער געזאגט, אז דער אויבערשטער האט דאס באשאפן האט דאס דער אויבערשטער באשאפן אין אזא אופן, אז נאך מתן תורה האבן אידן גענומען אויף זיך את הרובים גארנתם זייערע קינדער, אז די קינדער וועט זיין של בית רבן, און ס'וועט זיין דער הבל תינוקות של בית רבן, זיי לערנען תורה און זיינען מתפלל אין מהבל פיהם שאין בהם חטא, און דורך דערויף האלט זיך אויף די וועלט וואס איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן אליין, וואס דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן כח אין אידישע קינדער, אז דוקא דורך זיי וועט זיין וועלט באקומען דעם אמת'ן קיום.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions