Paragraph
Paragraph rh-74v400qg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qq54930b
- order
- Lh
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך, כמדובר כמה פעמים, דער חידוש אין תורתו פון צמח צדק. וואס מ'געפינט דאך ביי אלע נשיאים, איז דאך בא זיי דא ענינים של תורה בגלוי, נגלה דתורה, און ענינים של תורה פון פנימיות התורה, ביז וואנענט אז ס'איז דא איינצעלני מאמרים אין וועלכע ס'איז דא סיי פנימיות התורה און סיי נגלה דתורה, אז דאס זאל זיין אין א ריבוי עצום פון מאמרים, און אין אן אופן אז ס'זאל זיין צוזאמענגעמישט און צוזאמענגעמישט למעליותא, ווי מ'זעט דאך, אז בשעת דער צמח צדק ברענגט אט די מאמרים פון נגלה און פנימיות התורה, איז אף על פי וואס ער ברענגט זיי אין דעם זעלבן מאמר, איז דארט גופא טיילט ער פאנאנדער און בינט דאס צוזאמען, אז דאס איז נגלה ווי ס'שטייט אין דעם און דעם ארט אין נגלה, און דאס איז פנימיות התורה ווי ס'שטייט אין דעם ארט, אין פנימיות התורה, און מאכט פון די ביידע צוזאמען אן איין און איינציקע הוראה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון תורה בכלל ובפרט, וואס הוראה איז דאך אויך פון לשון אור, און אויך פארבונדן אז מ'זאגט מאור שבתורה, מאורות הגדולים, איז דאך דאס אויך פארבונדן דער שורש איז אלץ דער זעלבער שורש וואס דאס איז דער ענין פון אור, און אט דאס ווערט אין דער ריבוי עצום, אין רוב המאמרים והדרושים הנדפסים, דוקא אין פנימיות התורה, וואס דארט איז דאך עניני תורה ארויסגעגעבן געווארן אין אן אפענעם אופן, אין א ליכטיקן אופן, איז בנוגע צו נגלה דתורה פון צמח צדק, איז דארט איז ניט אריינגעמישט פנימיות התורה, ואדרבא, ווי ער שרייבט אין איינע פון שאלות תשובות שלו פארבונדן מיט מקוואות, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין התורה,
- proofread
- 0