Paragraph
Paragraph rh-6yqk03vm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-5g34hcwp
- order
- Jq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- טאג אינדערפרי פון דעם ערשטן טאג פסח, און דערנאך דעם סדר פון דעם צווייטן טאג פסח, און די טעג לאחרי זה, כולל אויך חול המועד פסח, וואס דאס איז דאך חול המועד פון דעם יום-טוב וואס קומט נאך דער צוגרייטונג, אז מ'האט שוין געפראוועט דעם ערשטן סדר, און דערנאך געפראוועט דעם צווייטן סדר, און דערנאך אויך געהאט א טאג ווי אין היינטיקן יאר שבת, ובכל אופן, געהאט נאך דערויף טעג פון חל המועד, איז דאך פארשטאנדיק, אז אפילו אז ביי אים קומט דערנאך א חול א וואכעדיקער טאג, מאכט ער אויך פון דעם וואכעדיקן טאג אז דאס זאל זיין א מעיד, אז דאס זאל זיין א יום טוב, א גוטער טאג, גוט מיט נר מצוה ותורה אור, מיט די אמת'ע גוטסקייט, וואס דאס איז אין טוב אלא תורה, און דאס שטעלט דערנאך אוועק דעם קינד פון צבאות השם, אז ער זאל דערנאך פירן זיך. די טעג פון פסח וואס זיינען נאך דא, איז דאך אין זיי אויך דא חל המאה, דערנאך איז אויך דא די צוויי טעג פון יום-טוב אין חוץ לארץ, און איין טאג יום-טוב אין ארץ הקודש, און דערנאך קומט אויך נאך וואכעדיקע טעג, אבער וואכעדיקע טעג וואס קומען נאך די צוגרייטונג פון די ביידע סדרים, און נאך די צוגרייטונג פון דעם שבת ווי אין היינטיקן יאר, אדער על כל פנים די צוגרייטונג פון חל המאיד, און דערנאך נאכמער די צוגרייטונג פון שביעי של פסח און אחרון של פסח, וואס דעמאלט רעדט זיך וועגן דעם ענין פון דער גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז אויך וואס מ'רעדט אין שביעי של פסח וועגן קריאת ים סוף ווי ס'איז געווען כימי צאתך מארץ מצרים וואס דאס איז געווען אין שביעי של פסח, און ערשט דערנאך דערמאנט מען, אז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות. און בפרט נאך אין חוץ-לארץ מאכט מען דאס אין א באזונדער טאג, מיט א באזונדער הפטורה, מיט א באזונדער אריכות הביאור, מיט א באזונדער סעודה
- proofread
- 0