Paragraph
Paragraph rh-6y9rcszb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qbw9zq24
- order
- j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויף מארגן, בסמיכות זמן, זאל אויך גלייך זיין נאך א סברא, אן אייער שכל, וואס איז שלא בערך, אז חידוש גדול אפילו לגבי השכל וואס ער האט מחדש געווען היינט, איז דאס שלא בערך דעם שכל וואס ביי אים קומט צום מארגן, ועל דרך זה דעם יום שלאחרי זה וכו.' וואס בכללות איז דאך דאס אט די נקודה האמורה, אז דוקא דעמאלט וואס מ'גייט ארויס פון זמן, פון חנוכה, אט דעמאלט הויבט זיך אן די בחינה אז המעשה הוא העיקר, און ער האט דאס דורכגעטאן בשלימות, און דורכגעטאן אויך בשלימות אויך אין דער נקודה אז הולך ומוסיף ואור, און על אחת כמה וכמה אז ער איז הולך ומוסיף ואור זאל זיין א פסח ביתו מבחוץ ביז אין א חוץ שאין חוצה מחוץ הימנו, ביז וואנענט ס'ווערט נתהפך דער חוץ, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, און ס'ווערט אויס חוץ, נאר ס'ווערט יפוצו מעיינותיך חוצה הפריער קומען אן די מעיינות אין חוץ, ווי דער חוץ איז נאך חוץ, דערנאך זיינען זיי גלייך דארטן פועל פעולתם און דער חוץ ווערט א דירה לו יתברך בתחתונים.
- proofread
- 0