עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-6xn4ynbb

kind
paragraph
order
4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'האט א גאר נענטע און אן ענגל פארבינדנקייט דוקא מיט קינדער, ווי תורה דערציילט אונז, אז בשעת דער אויבערשטער האט געדארפט געבן תורה צו אידן, האט ער געבעטן בא דעם אידישן פאלק, אז מ'זאל אים געבן א רובים, א גאראנטער, אז די תורה וועט אפגענומען ווערן און אפגעהיט ווערן ווי ס'דארף צו זיין, און אידן האבן פארזוכט פארשידענע ערבים, וואס דער אויבערשטער האט געזאגט אז דאס איז נאך ניט גענוג. ווען האט דער אויבערשטער געווען צופרידן און האט אנגענומען די ערבות בשעת אידן האבן געזאגט צו דעם אויבערשטן אז בנינו ערבים בעדינו אונזערע קליינע קינדער וועלן זיין אונזערע ערבים אז די תורה וועט אויפגענומען ווערן און וועט געזאגט ווערן און געלערנט ווערן ווי ס'דארף-צו-זיין. און אז דער אויבערשטער האט דאס דערהערט, אז מ'שטעלט אים צו די ערבים תינוקות של בית רבן, אידישע קינדער, האט ער גלייך אנגענומען די ערבות און גלייך געגעבן די תורה צו יעדן אידן און צו אלע אידן, אויף אלע דורות, ביז צו אונזער דור,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions