עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-6w61851b

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ער לעבט מיט דער תורה, און האט די אלע ברכות וואס גייט צוזאמען מיט דער תורה, ווי תורה האט מסביט געווען און ערקלערט בארוכה, אז אם בחוקותי תלכו איז אט דעמאלט ווערט אויסגערעכנט די אלע ברכות פארבונדן מיט שמים וארץ וגשמים, ועל דרך זה די ברכת השדה, פארשידענע-ערליי ברכות אן וועלכע ס'הענגט אפ א מענטשלעכער לעבן, גייט דאס צוזאמען מיט דער תורה, און וויבאלד אז ער איז דער וואס לערנט די תורה און געדענקט די תורה, און פירט זיך ווי די תורה הייסט זיך אויפפירן פאר אידישע קינדער, איז דאך אויך דא אין תורה אנווייזונגען ווי אזוי אידישע קינדער דארפן זיך אויפפירן, און די עלטערן זייערע ווייסן, אז גלייך ווי א אידיש קינד ווערט געבארן, ווי אזוי מ'דארף זיך מיט אים אויפפירן, דערפאר ער געהערט צו אתה בחרתמו מכל העמים, ווי ווי ער זאגט דאס אויך אין תפילת מוסר, אויך פון די טעג פון חלמוד, ווי דערמאנט אויך פריער, מיט אלע אנדערע ברכות, ועוד והוא העיקר, אז דאס גיט-צו נאך מערער, אז ס'זאל זיין דער זמן שמחתינו וואס מיר געפינען זיך דאך איצטער אין דעם יום-טוב סוכות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions