Paragraph
Paragraph rh-6tbcry7h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- R7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- טרעפן זיך, אז אזוי ווי ביי איר אדער ביי אים איז צוגעקומען נאכמער ידיעה אין אידישקייט, און נאכמער ידיעה אין גוטע זאכן, אין קלוגע זאכן און אין הייליקע זאכן מוז ער אדער זי זיך טיילן מיט די צוגעקומענע ידיעות וואס ער האט באקומען, מיט די אלע תלמידים און תלמידות וואס ער האט געהאט מיט א וואך צוריק און מיט א חודש צוריק, און מיט יארן צוריק, און זיי אויך דערציילן, און זי וועט זיי אויך דערציילן, אז וויבאלד אז ביי איר איז צוגעקומען אז מ'האט געדארפט טאן די זאכן וואס זיי האבן געטאן צוזאמען און געלערנט צוזאמען, האט מען דאס געלערנט אין א באשטימטן אופן, וואס דאס איז זיך באגרעניצט לויט די מספר שעות וואס מ'איז געווען צוזאמען, איז בשעת דערנאך קומט-צו נאכמער אין חכ בינה דעת פון דער ערציער, אדער פון דעם ערציער, פון דעם לערער אדער פון דער לערערן, טיילט זי זיך, און דאס גייט אויך אריין אין כלל פון דעם חינוך, אפילו אז אין צווישן איז שוין דער תלמיד אדער די תלמידה אויסגעוואקסן און שוין געווארן זעלבסט-שטענדיק, ביז ס'איז געווארן אויך א לערערן אדער א לערער, און שוין אליין מחנך, אדער זי איז אויך מחנכת, ליגט אויך דער פארבונד צווישן דעם עמליקן מחנך מיט די עמליקע תלמידי, אפילו ווען זיי וואקסן אויס, און זיי וואקסן אויס באמת, אין חכמה-בינה-דעת, ובפרט אין אידישקייט, אז זיי זאלן זיך טיילן דורך מיטטיילן און איבערגעבן מיטן גאנצן חיות ווי ס'איז געווען בשעת ער איז געווען אדער זי איז געווען דער מחנך און די מחנכת און וועט נאכמער צוגעבן אין דעם, וויבאלד אז אין צווישן איז געווארן דער תלמיד און די תלמידה, ער וועט מערער וואקסן און מער קליגער, איז ניט גענוג אז ער אדער זי וועט צוגעבן לויט צי ס'איז געווען דעמאלט דער פארנעם, נאר ער דארף זיך רעכענען און זי דארף זיך רעכענען מיט דעם אויסווייזן פון דעם תלמיד און די תלמידה, און דאס איז א זאך ווי מ'האט ער
- proofread
- 0