עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-6t6pksps

kind
paragraph
order
CO
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כמה פעמים, אבער האט מען אויך אין דערויף, אז אין תמיד תהי על דרך זה פארשטאנדיק בנוגע צו יעקב, און אף על פי וואס גלייך ווי ער איז געבארן געווארן איז ער געווען יעקב איש תם איז אף על פי כן זאגט ער דערנאך מעטבה ראוי מהי'ימי און ער האט געדארפט אויף דערויף האבן אן ענין פון וישב יעקב בארץ מגורי אביו ביקש לא שב בשלוה, וואס דאס האט געדארפט זיין דער תיקון אויף דערויף, און דערנאך איז געווען דער תיקון בפועל, דורך דערויף וואס ס'איז געווען ויכי יעקב בארץ מצרים שבעה עשרה שנה, ווי אפגעטייטשט און מבואר בארוכה אין חסידות, אז דאס איז דער ענין וואס דעמאלט איז געווען די ימים טובים, און מתקן געווען דער מעט ורעים, ביז אין אן אופן פון טוב, כיתרון פון דעם היפך הטוב, פון ראויים, וואס דאס איז דאך דער ענין התשובה, אז מ'נעמט ארויס דעם יתרון. און דאס איז אויך דער ענין, ווי געזאגט, דער קשר מיוחד צו שנת העיבור, אז דורך דערויף וואס די לבנה האט ווי ס'שטייט דער בשן בכמה מקומות קיצרוגא וואס דאס איז דאך היפך ענין פון זכות, און דערנאך איז געווארן דערפון א גאנצע שקלא-וטריא, און דערנאך איז גע די סיוע מלמעלה, דער לכי ומעתי, וכידוע דער דיוק בזה, אז דאס איז אן ענין של הליכה, ביז הליכה וואס דער אויבערשטער נוצט דעם לשון, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז א הליכה אמיתית, וואס דאס איז דוקא דעמאלט און דאס איז שלא בערך, וואס ס'זאל זיין שלא בערך פון אלע דרגות הקודמות לפני זה מוז מען האבן א דילוג וקפיצה, בשעתא חדא וברגעא חדא וביומא חדא, וואס דאס איז דער כללות ענין עבודת התשובה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions