Paragraph
Paragraph rh-6s1ddr1k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-btthne6n
- order
- R1
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אהבה ואחוה און שלום ורועות, ווי גערעדט מערערע מאל, וואס די אלע ענינים היילן-צו נאך מערער, אז ס'זאל זיין דער תכלית השלימות אין מה טוב ומה נעים, שבת אחין גם יחד, אז דער שבת אחין גם יחד פארשפרייט זיך אויף אלע שבעים אומות העולם, אז זיי באקומען אין זיך די אחוה האבנדיק דעם זעלבן באשעפט, זעלבער וועלט, און אין אן אופן פון דוקא פון שלום און אהבה ורעות, וואס דאס היילט נאכמערער צו אט דאס וואס ר'שמעון בן יוחאי איז געווען זיין ענין אויף צוברענגען, פארשפרייטן תורה, תורתו אומנתו, וואס דער תכלית פון תורה איז דאך, אז נתינת התורה איז דאך אז ס'זאל ברענגען דער ענין פון שלום בכל העולם כולו, ווי אפגע'פסק'נט אין רמב״ם פון תורת כהנים, און דערמאנט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך די כוונה פון דעם צוזאמענקומען זיך, אז דאס זאל נאכמערער פארשטארקן די אלע פעולות וואס זיי ברענגען אראפ דעם אמת'ן שלום, ביז אין אונזער וועלט אין וועלכע מ'געפינען זיך און מ'לעבט נשמות בגופים,
- proofread
- 0