Paragraph
Paragraph rh-6ryxt1tp
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- W4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וכאמור, די אלע ענינים שטייען מיט נאך א גרעסערן שטארקייט אין די טעג פון ספירת העומר, ווי דערמאנט פריער, וואס דאס גיט נאך א גרעסערע מוד און א גרעסער לעבעדיקייט אין די החלטה, און ס'זאל אראפקומען בפועל אויף צו טאן נאך מערער אויף מכאן ולהבא. און ווי גערעדט מערערע מאל, איינע פון די אפלערנונגען פון ספירת העומר איז, אז בשעת מ'ציילט ספירת העומר דעם צווייטן טאג, וואס לכאורה האט מען דאך געדארפט זאגן אויף דעם טאג ציילט ער דעם צווייטן טאג פון ספירת העומר, איז דער נוסח איז אבער פון דער ברכה, ניט אז מ'זאגט אז דאס איז דער צווייטער טאג, נאר דאס איז צוויי טעג פון ספירת העומר, און אזוי דעם דריטן טאג זאגט מען, אז ס'איז דריי טעג פון ספירת העומר, וואס דא האט א איד א לימוד, און אויך ווי געזאגט, האנשים והנשים והטף אז בשעת ער טוט א גוטע זאך, וואס ער האט דאס געטאן מיט יארן צוריק, האט ער דאס עד היום הזה, ווארום א דבר טוב איז ווי ער זאגט אין תניא, נצחי לעולם ועד למעלה, איז דער עיקר מקור הברכות, על אחת כמה וכמה א זאך וואס ער האט געטאן אט ערשט, אדער געטאן ערשט נעכטן, אדער על כל פנים אין דער זעלבער וואך איז דאך פילט ער נאך דעם רושם פון דער זאך וואס ער האט געטאן, צוזאמען מיט דער הבטחה פון תורת אמת, אז די זאך וואס ער האט געטאן, און געציילט פירות דעם ערשטן טאג, דערנאך אז ס'קומט די צווייטן טאג בלייבט דאס ביי אים מיטן גאנצן שטורעם, ביז וואנענט אז דער צווייטן טאג זאגט ער היום שני ימים לאמר, און אזוי בשעת ס'גייט-דורך די ערשטע וואך זאגט ער שבוע אחד, און דאס בלייבט ביי אים אין די אלע שבעה שבועות גאנצערהייט, ביז ער פארענטיקט שבעה שבועות תמימות תהיינה, און דאס איז נאכמער פארבונדן מיט מהלך
- proofread
- 0