עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-6q7g7r1t

kind
paragraph
order
ad
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וכאמור, דאס איז ניט א זאך וואס זיי דארפן זיך אין דערויף דינגען און אריינלאזן זיך אין פלפולים, נאר גלייך מודיע זיין, נאך קען גאר זיין נאך איידער מ'וועט פרעגן בא זיי, על אחת כמה וכמה אייב, איינער האט געפרעגט, אפילו אין אן איידעלן אופן און אין אן אופן קל וכו דארף ער גלייך ניט אריינגיין מיט יענעם באווייזנט, אז ס'איז ניט א ווייסער, דערפאר וואס דאס איז ניט זיין ענין, ס'איז ניט זיין מקצה ער איז א שליח וואס דער רובא דרובא פון די שלוחים איז, כאמור, זיינען זיי ברובא דרובא דוקא אין חוץ-לארץ, און רובא דרובא האבן זיי א מקום קבוע, און רובא דרובא האבן זיי אויך א תכנית עבודה קבוע, און א שאד יעדער רגע וואס זיי גיבן אפ אויף אן אנדער זאך, און ער דארף זיך בעטן רחמים ביי אט די וואס ווילן אים אריינציען אין אט דעם ענין, אז זיי זאלן אויף אים רחמנות האבן אויף דעם שליח און לאזן עם ער זאל אנגיין מיט זיין שליחות, און זאל זיין אין יחסים טובים מיט אלע אידן, ביז וואנענט מיט כל העולם כולו, און האבן אויף אים רחמנות ניט מבלבל זיין אים און ניט אנרירן די יחסים שביניהם, דערפאר וואס ניט דאס איז זיין ענין, וקרוב לבדא, איז דאס אויך ניט דער ענין פון דעם מענטשן וואס וויל אים אריינציען אין דער גאנצער שליחות, דעם גאנצן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions