Paragraph
Paragraph rh-6nphe37n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- 1L
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאך כרגיל בלילות הקודמות, על אחת כמה וכמה אין מוצאי שבת קודש, על אחת כמה וכמה מוצאי שבת קודש וואס איז נאך הושענא רבה, איז דאך בכל ענינים אלו, ובענין זה במיוחד, איז דאך דאס נאך ביתר שאת וביתר עוז, אז פותחין בברכה און אין א ברכה וואס זיי דארף אין זיך פארמאגן און קענען כולל-זיין די אלע ברכות והמשכות, וואס דער אויבערשטער מקור הברכות וועט ממשיך-זיין אין דעם וואס אידן וועלן ווינטשן איינער דעם צווייטן, ובפרט נאך אז א חלק חשוב מהם, כמה עשיריות מהם, טוט דאס בבית-הכנסה שמגדלין בו תפילה ובבית המדרש שמגדלין בו תורה, צוזאמען מיט א בית של צדקה, וואס מ'רעדט דארטן און טוט דארטן אויך אויף אין ענינים של צדקה וגמילות חסדים, איז דאך על כל ענינים אלו ביתר שאת וביתר עוז איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אויך די כלי לזה, דאס הייסט אז די תנועות גשמיות און די ארוכה ברמך אברים וואס מ'נוצט אויס און מ'גרייט-צו אלס כלים צו די אלע ברכות דארף מען אויך זיין ביתר שאת וביתר עוז, כמובן וגם פשוט, ובפרט נאך אז די קביעות פון דעם יאר קומט נאך אויך צו, אז דאס איז אין שיעור פון חומש, וואס דערמיט דארף מען דאך לעבן כפתגם והוראות פון דעם אלטן רבי'ן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורך דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאס דער שיעור און די התחלה פון פרשה וזאת הברכה. וואס כמדובר כמה פעמים, האט מען דארט כמה ענינים הכי נעליים, אפילו לגבי שאר הפסוקים שבפרשה זו, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון ויהי בישורון מלך
- proofread
- 0