Paragraph
Paragraph rh-6mb9vh1n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-st6jz1gv
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פארשטאנדיק בפשטות, אז דאס איז דורך דערויף וואס דארט ווערט נתגלה, אויך אין די הפצה אין דעם חוצה, דער ענין וואס איז נאך העכער פון מעיין, וואס מ'זאגט דאך אויך אויפן אויבערשטן, אויך אין די אלע תוארים וואס ס'איז דא, זאגט מען נאך אויך מקור מים חיים, וואס מים חיים בכלל גייט דאך דאס אויף אן ענין פון מעיין ומים חיים, און אויף דערויף זאגט מען מקורא מים חיים וואס דאס גייט אויפן נותן התורה, און על אחת כמה וכמה ווען דאס ווערט דערנאך אראפגעקומען בגלוי פריער פנימיות התורה בגלוי, רזי דרזים, און דערנאך ווערט דאס נתבאר ביז אין אן אופן וואס דם ובשר כבשרו ביז אין אן אופן פון יחוד נפלא, אז ס'איז גאר ניט שייך אזא ענין און אזא ענין יחוד אין אן אנדער ענין, און דאס איז אין תורת אמת, וואס צוזאמען דערמיט איז דאס תורת חיים, והוראה בחיים, אז דאס זאל ווערן א הוראה אין חיי יום-יום זאל דאס ווערן א שינוי וויבאלד אז מ'קומט פון א נייעם יום הילולא. וכמוזכר לעיל, אז אין ענינים פון קדושה, איז בשעת מ'זאגט אז דאס איז א סיום איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט ביי א סיום מסכתא, אז דאס זאגט מען גלייך נאך דערויף, אז כשום שהזרתני לסיים מסכתא פון די מסכתא איז כן תעזרוני אויף להסחיל ולסיים און מ'זאגט גלייך לשון רבים מסכתות וספרים וכו,' ובכללות, אז יעדער ענין של סיום אין קדושה איז דאס א הכנה צו אן ענין קדוש יותר און נעלה יותר וכו,' על דרך זה איז פארשטאנדיק אויך בענין זה, אז מ'קומט פון א סיום פון יום ההילולא, פון אריז'ל החי, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז א סיום אין דער דרגא שלפני זה, אבער ס'ווערט גלייך און צוזאמען דערמיט אויך די התחלה פון א דרגא נעלית יותר בכל הענינים, עאכו כמה וכמה אין דעם ענין עצמו.
- proofread
- 0