English
ספרייה
kind
paragraph
order
M
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מאן צו ראש השנה לאילנות, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט האדם עץ השדה אז דאס איז א ספעציעלער ראש השנה בא יעדער מענטשן, על אחת כמה וכמה בא א אידן, על אחת כמה וכמה ווי די גמרא טייטשט אפ אויף האדם עץ השדה אז דאס גייט אויף א תלמיד-חכם, און דאס רעדט זיך דאך וועגן אידן, וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן חכם פון דעם דור, וואס דאס איז דער רבי דער שווער, און יעדערער פון זיי איז זיינער א תלמיד, און א תלמיד נאמן און א תלמיד מסור, והא ראי'אז ער האט דאך מקיים געווען א ריבוי שנים זיינע הוראות ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, און האט אזוי אויך משפיע געווען אויף כל בני ביתו, וואס די תנועה איז דאך אויך דא בא די פרויען און בא די קינדער וואס האבן זיך געהאדעוועט אין דעם קרייז, און געהערן אויך צו די תלמידות און תלמידים ומחונכים פון נשיא הדור, איז דאך אויך דער גאנצער תוקף פון יום ההילולא איז פועל אין זיי, אין זיי און דורך זיי, און אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור, און אין אן אופן פון ראש השנה לאילנות. וואס דאס איז דאך די סגולה מיוחדת בא אידן, אז זיי האלטן אין וואקסן, וואס דאס איז דאך דער ענין פון צמיחה, פון ענין הצומח, און ראש השנה אין דערויף, שטייט דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז, ו.בפרט נאך אז מ'וואקסט ווי תורה וויל, האט מען דאך דעמאלט א ברכה מיוחדה, אז די צמיחה זאל זיין בהשלחה רבה ומופלגה. און מ'זעט דאך, אז אין די ענינים פון צמיחה, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט דרכי נועם און מיט יתימת-לעב מיוחדה, מיט א הארציקייט וואס מ'האט צו דער זאך וואס מ'דארף זען אז זי זאל וואקסן
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים