Paragraph
Paragraph rh-6916rcy1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-2xjm1qtv
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז מ'גיט צדקה ווי ס'דארף-צו-זיין קומט דאס אן אין דעם ריכטיקן ארט, און במילא ברענגט דאס אין דעם מקבל הצדקה, דער וואס באקומט די צדקה, אז ער זאל האבן דערפון פרנסה, ביז אז ער האט דערפון חיות בפשטות, סיי ער און סיי זיינע בני-בית, אז מ'מאכט לעבעדיק, אידישע הויז, דורך די צדקה וואס יעדערער גיט, ובפרט וואס קינדער קיבן, קיבן זיי דאך דאס זיכער בתמימות און מיט א גאנצקייט און מיט א פריילעכקייט וואס זיי זיינען מקיים דעם אויבערשטנ'ס א ציווי, און זיי קענען ארויסהעלפן א צווייטן אידן, ווי מ'זאגט דאך ואהבת לרעך כמוך אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט יעדער אידן, ובפרט אין כו של בית רבן, אז בא זיי דארף זיין די אהבה צו א צווייטן אידן, צו א צווייטן קינד, ביז כמוך און דאס ווערט דער כלל גדול בתורה אין גאנץ תורה. און דאס ברענגט נאך מערער אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות צו דעם קינד, און דורך אים אויך צו זיינע עלטערן, און דורך אים אויך צו די וואס חדאים נעמען דעם וועג, די מלמדים אדער מדריכים אדער
- proofread
- 0