Paragraph
Paragraph rh-678mtmzw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- 8Y
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און די ערטער וכו,' אבער מ'בענטשט זיי, אז יעדערער וואס האט געטאן, אף על פי וואס ער ווייס אים ניט און קען אים ניט און מ'האט אים זיך ניט דורכגעשריבן, ער ווייס אבער אז ער איז א איד, און האט געטאן אין אידישקייט, און האט נאמעלה געווען דעם אויבערשטנ'ס רצון איז יעדער איד האנשים ואנשים וטף מצרף לייגן זיי צו אויך זייער ברכה און זייערע וואונטשן, אז ס'זאלן נאכמער האבן ברכת ה', וואס ברכת ה' איז דאך זיכער אויך כולל, אז זיי זאלן מכאן ולהבא טאן נאכמערער, אף על פי וואס ביז איצטער האט מען אויך געטאן א סך, זאלן זיי טאן נאכמערער, וויבאלד אז צו קדושה און צו גוטסקייט איז דאך ניטא קיין סוף, און כאמור די אלע ענינים זאלן נאכמערער צוהיילן דעם טאן און מיט זריזות און מיט לעבעדיקייט, ובדרך ממילא אדער אנא ממילא בדרך הכרח נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה. וואס דאס איז, כאמור, די נקודה משותפת וואס ס'איז דא אין די אלע צוזאמענקומען זיך פון אונז, אדער די וואס זיינען פריער דא געווען, און זיינען איצטער דא ניט אן מאיזו סיבה שתיעורית, און אויך אין די פריערדיקע יארן, ניט קוקנדיק צי אין צוזאמענהיינג מיט וועלכן יום-טוב דאס איז געווען פארבונדן, און מיט וועלכע צייט דאס איז געווען פארבונדן, און זיי אלע האבן דאך א נקודה משותפת, אז און דער צוזאמענקומען דאך קומט דאך פאר אין א מקום גדול אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש, אן ארט וואו מ'דאוונט און מ'בעט בא דעם אויבערשטן אויס אלע ברכות, און ווי מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה און מחליט ההחלטות בנוגע צו מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות בכלל און מצוות הצדקה במיוחד, און דאס אלץ איז דאך אין דעם בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו. אט דאס וואס ס'קומט-צו אן ענין מיוחד, בשעת מ'קומט זיך צוזאמען נאך פסח, על אחת כמה וכמה בשנה זו,
- proofread
- 0