Paragraph
Paragraph rh-66y8kdae
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-21s7dcns
- order
- Q6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שייכות מיוחדה מיט תפילת המנחה פון יום שלפני זה, כמדובר כמה פעמים. איז דאך אויך דא אין דעם שיעור אויך דער ענין פון דעם שיעור פון מחרת פון יום הפורים, איז שוין דא דער ענין אין דעם יום שלפני זה, אין ערב פורים, אין דער קריאת התורה שלו. און אט דאס ווערט אויך פארבונדן, כאמור, מיט דער קביעות שנה זו במיוחד, וואס דאס איז דאך א שנת אראנו נפלאות. וואס על דרך זה איז אויך אט דאס וואס די קריאת התורה קלייבט זיך צוזאמען מיט אט די צוויי טעג, און במיוחד מיט דעם איין טאג פון ערב פורים איז דאס ניט בכל שנה ושנה, נאר אין שנים מיוחדות, אויסגעטיילטע יארן, ובמיוחד אין שנת אראנו נפלאות, וואס דאס איז דער שנה זו האט מען דאך דעמאלט אט די קביעות, אז מ'האט שוין געלייענט אין די קריאת התורה בגלוי, ובברכה לפני זה, וברכה והמשכה לאחרי זה, מיט די אלע ענינים און די אלע פרטים, ווי מ'האט דאס ערשט-א געזאגט אין דער קריאת התורה פון דעם טאג פון ערב פורים.
- proofread
- 0