עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

18 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען אין א יום וואס דער פסוק רופט אים אן בשם עת רצון, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט דארף נאכמערער זיין בגלוי דער רצון פון איין אידן מיט א צווייטן, דורך אהבת ישראל, ביז ואהבת לרעך כמוך ביז כמוך ממש, וואס נוסף וואס דאס איז דאך די עבודה בכל יום ויום, איז דער אלטער רבי שרייבט דאך אויך בסידורו, אז יעדער טאג, קודם התפילה, אפילו בשבתות ובימים טובים ובימים נוראים, און אין יום הכיפורים, דארף מען זאגן ניט נאר יוצא-זיין מטראכטן און מקבל זיין אויף זיך, נאר אויך זאגן בדיבור ועקימא שפסא והוה מעשה ואהבת לרעך כמוך. און ערשט דערנאך הויבט מען אן דעם דאווענען, און דער דאווענען הויבט מען אויך אן מיטן פסוק פון מטובו אוהליך יעקב ושנותיך ישראל, וואס דא איז דאך אויך די הדגשה ווי אזוי יעדער איד שטייט אין א מעמד ומצב אז ער איז צוזאמען מיט נאך אידן,

2ביז וואנענט אז ס'ווערט אויפגעשטעלט אן אוהל, און נאכמערער אן ענין פון א בית, מקום גירה קבוע, ביז די קביעות פון א משכן, וואס דאס איז דאך דער נאמען אויך פון בית המקדש, ובמיוחד פון בית המקדש, וואס דאס איז דאך ווי כאמור דער פסוק אז פריער איז אוהלך יעקב און דערנאך משכנותיך ישראל על דרך ווי יעקב איז דאך ערשט דערנאך צוגעקומען דער נאמען ישראל אזוי אויך איז דאס אין סדר העבודה, פריער איז די ענינים שבעקב, און דערנאך קומען די ענינים וואס קומען בראש, וואס דאס איז דאך אויך אין די אותיות פון ישראל, איז דאך אויך דא די דריי אותיות פון ראש, על דרך ווי יעקב איז דא די דריי אותיות פון עקב, און ערשט דערנאך הויבט זיך אן די תפילה, א המשך אפילו אין מטובה עצמם, נאך דערויף ווי מ'זאגט דער ערשטער אין דער התחלה דעם פסוק פון מטוב אליך יעקב ושנותיך ישראל איז דאך אויך ווי דאס איז בכל יום, איז דאך דא ימים ימי סגולה, ימי רצון און עת רצון,

3וואס אט דעמאלט שטייט דאס ביתר אות וביתר עוז, און נאכמערער מער בגילוי, מער בהדגשה וכו', על דרך זה כאמור שטייט דאס נאכמער בהדגשה אין דער הפטורה, אף על פי וואס די הפטורה האט מען דאך געזאגט א משך זמן און אויך כמה וכמה עבודות צווישן די אמירה פון מה טובה אליך יעקב ושכנותיך ישראל און ביז מ'זאגט דערנאך די הפטורה אין תענית אסתר איז דאך בינתיים דא א ריבוי עניני תפילה און א ריבוי עניני גמילות חסדים און א ריבוי ענינים פון תורה, און דערנאך קומט מען אויך ביז צו סוף כל הענינים, איז דאס אויך ווי דער סוף איז אין דער הפטורה עצמה, וואס זי איז דאך אויך הפטורה אויך פון לשון אז דאס איז דער סיום פון כל העבודות. איז דער סיום פון דער הפטורה איז דאך, אז עוד הכבץ עליו לנגבציו, אז נאך דערויף, אז אידן טוען אויף אלץ וואס זיי קענען אויפטאן, אז ס'זאל ווערן דער כיבוץ גליות איז קומט דערנאך אויך די אתערותא דלעילא, וואס קומט לאחרי אתערותא דלתתא, און אתערותא דלעילא עצמה

4דאך אויך דא צוויי אופנים, אין איין אופן וואס ס'איז תלוי אין נתערותא דילתתא און איין אופן וואס דאס איז העכער פון נתערותא דילתתא, און אין דערויף גופא אין צוויי די אופנים, צי דאס איז העכער אבער נאך אלץ בערך ובשייכות, אדער דאס איז שלא בערך. וואס דאס איז דאך אויך ווי מ'זאגט, אז ניט נאר הקבץ עליו ונקבציו נאך דערויף ס'איז דא די ארבעט פון דעם מקבציו אז זיי אליין קלייבן זיך צוזאמען, על דרך ווי מ'קלייבט זיך צוזאמען בכלל אידן צוזאמען, על דרך זה וביתר שאת אין אן עת רצון און אין זמן התפילה, וואס ביתר שאת וביתר עת אין תפילה עצמה, אין תפילת המנחה, וואס דעמאלט איז דאך דער תכלית השלימות, ביז וואנענט אז אליהו הנביא, דאך דער וואס נעמט איינטייל און פירט אן און איז מבשר דעם הכבץ הללו לנגבצו איז דאך אליהו הנביא זכור לטוב מבשר טוב וועגן גאולה האמיתית השלימה תיכף ומיד ממש, וואס דעמאלט וועט זיין בפועל דער קיום פון עד הכבץ הללו לנגבצו וואס דאס איז דער תכלית השלימות, אז מ'קען שוין מערניט מוסיף זיין, ווארום אויב מ'קען נאך מוסיף זיין

5איז נאך אלץ ניט מקוים געווארן דער עד הכבוץ עליו, וויבאלד אז דער אויבערשטער כביכול דארף דערנאך נאך משלים זיין מוז מען דאך זאגן אז באמיתתו ופנימיות הענינים איז דער עד הכבוץ עליו לנגבציו איז דאס גייט דאס אויף גאולה בכלל און אין גאולה עצמה, ביז די גאולה האמיתית, און נאכמערער השלימה די שלימות אין דער גאולה האמיתית. וואס דאס איז דאך דעמאלט ווען ס'וועט זיין דער קיבוץ גליות בתכלית השלימות, וואס דאס איז דאך נאך מערער ווי ס'איז געווען אפילו נאכן בית ראשון, איז דאך אויך דעמאלט געווען די עשרת שבטים, זיי האבן זיך דאך נאך ניט אומגעקערט, איז דאך קיין ניט געווען דער עד הקבץ עליו איז נאך געבליבן די עשרת השבטים.

6ועד דרך זה, ובכל שכן וקל וחומר, אין בית המקדש השני, ולאחרי דעם תיקון פון בית המקדש השני, האלט מען אויך שוין אין בית המקדש השני, האלט מען בא דער גאולה, כאמור, וואס זי זיינען צוזאמען מיט אמיתיות אויך שלימה, ביז אין תכלית השלימות שוין למעלה משלימות זו, וואס אט דעמאלט איז דאס אויך על דרך ווי ס'איז מרומז אין די קריאת התורה פון תענית אסתר, ובכלל פון א תענית סיבור, און אין דערויף גופא אויך דער חילוק, מער בפרטיות, בקביעות שנה זו, דער חילוק צווישן תענית אסתר פורים און דער יום הפורים, איז דאך דער ענין, דער שיעור חתת פון ערב פורים און פון פורים, איז דאך אויך די ביידע ענינים, אז דער שיעור אין חומש פון ערב פורים רעדט זיך דארט דעמאלט וועגן ידעה אחר בשם,

7און אויך וועגן די בקשה אז מ'בעט בא דעם אויבערשטן אז ס'זאל זיין גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט י'ג' מדות הרחמים, וואס אינן חוזרות ריקם, און נאך מערער ביז אין תכלית השלימות. איז אע'פי וואס אין די קריאת התורה איז דאך אין דעם שיעור אין חומש איז דאס צוויי באזונדערע טעג, איז שוין דער טאג פון ערב פורים אויך בקריאה שלו, אויך כולל אין זיך די ביידע ענינים, סיי דער ענין הבקשה אויף עדה אחה בשם און דער אויבערשטער זאגט צו אז ער וועט אזוי טאן, אבער ווען קומט דערנאך בפועל? קומט דאס אין א באזונדער טאג און אין א באזונדער עבודה, ווי דאס איז פאנאנדערגעציילט אין די שיעורי חתת, איז דאך שוין אויך די שיעורים פון דעם יום שלאחרי זה האבן דאך שוין א

8שייכות מיוחדה מיט תפילת המנחה פון יום שלפני זה, כמדובר כמה פעמים. איז דאך אויך דא אין דעם שיעור אויך דער ענין פון דעם שיעור פון מחרת פון יום הפורים, איז שוין דא דער ענין אין דעם יום שלפני זה, אין ערב פורים, אין דער קריאת התורה שלו. און אט דאס ווערט אויך פארבונדן, כאמור, מיט דער קביעות שנה זו במיוחד, וואס דאס איז דאך א שנת אראנו נפלאות. וואס על דרך זה איז אויך אט דאס וואס די קריאת התורה קלייבט זיך צוזאמען מיט אט די צוויי טעג, און במיוחד מיט דעם איין טאג פון ערב פורים איז דאס ניט בכל שנה ושנה, נאר אין שנים מיוחדות, אויסגעטיילטע יארן, ובמיוחד אין שנת אראנו נפלאות, וואס דאס איז דער שנה זו האט מען דאך דעמאלט אט די קביעות, אז מ'האט שוין געלייענט אין די קריאת התורה בגלוי, ובברכה לפני זה, וברכה והמשכה לאחרי זה, מיט די אלע ענינים און די אלע פרטים, ווי מ'האט דאס ערשט-א געזאגט אין דער קריאת התורה פון דעם טאג פון ערב פורים.

9ערב פורים איז דאך אויך דער ענין וואס דעמאלט איז דא דער נתינת צדקה במיוחדה, און נתינת צדקה וואס איז פארבונדן מיט אוריאן תליתאי און עמא תליתאי, וואס דערפאר איז דאך דאס אויך די דריי ענינים, און דאס ווערט אלץ געלייענט אין די קריאה וואס ס'איז שוין געווען ביחד, אף על פי וואס דערנאך קומט דאס ארויס נאכמער בפרטיות ביום שלאחרי זה, אין דעם יום הפורים וואס התחלתו הויבט זיך שוין אן, וואס דאס איז דאך דער טעם וואס אין תענית אסתר עצמו איז אומרים תחנון בבוקר, אבער אין אומרים תחנון אין תפילת המנחה דערפאר וואס דאס איז שוין די התחלה, און א התחלה וואס קומט שוין ארויס און פועל'ט אין תפילתן של ישראל. וואס אין דערויף איז דאך אויך דא די ביידע דרגות, ווי מ'זאגט דאס אין דער הפטורה דער טרם יקראו ואני אענה, עוד הם מדברים ואני אשמע. וואס אין דערויף דארף מען דאך אויך האבן א הסברה, נאך דערויף ווי דער פסוק זאגט אז טרם יקראו איז ואני אענה

10איז דאך שוין געווען דער מעיינה אויף דער גאנצער קריאה און די בקשה פון אידן, וואס האט ער נאך אן ארט צו מוסיף זיין? א דבר חדש, עתר מקראו ואני אשמע און דערנאך איז א דבר חדש עוד הן מדברים ואני אשמע וואס לכאורה איז דאך דער עוד הן מדברים, איז דאך דאס ביידע ענינים שאינע יקראו, און ואני אשמה, און דערויף זאגט מען אז ס'איז דא דער טרם לזה, פאר דערויף דער ענין פון עניות הקב", וואס איז דערנאך די הוספה אז עוד הם מדברים אז מ'האלט נאך אין מיטן קריאה, און דערנאך איז ערשט ואני אשמה, ניט מיט דעם מדגיש אז ס'איז שוין געקומען דער מילוי הבקשה, ס'איז געקומען דער ענין אין אתערותא דלעילא, אז דער אויבערשטער כביכול שטייט שוין אין אן אופן של אשמה, און דער אשמה שלו איז מיטן גאנצן אני, כמדובר כמה פעמים אז אני איז פארבונדן מיט ספירת המלכות, וואס זי איז פארבונדן מיט ספירת הכתר, וואס ספירת הכתר איז דאך פארבונדן כולל כל הדרגות שבזה,

11דעם כתר שוין למעלה הימנו וואס דאס איז פארבונדן מיט כתר העשירי, מיט עלי'העשירית, וואס דאס איז דאך דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה. און אט דאס איז אויך כיש לו, לומר על כל פנים בדרך אפשר, אז דאס איז וואס מ'זאגט אז אין גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דער לעתיד לבוא וואס דארף קומען, און וועט זיכער קומען תיכף ומיד, דער אחרי תפילת המנחה, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט א נתינה לצדקה אויף מאכן יעדערן פון די וואס געפינען זיך דא א שליחות א שליח אדער א שליחה אויף געבן אויף צדקה, איז דאס נאכמער ממהר ומזרז את הגאולה, ביז שלימות הגאולה. וואס דאס איז אויך דער ביאור האמור, אז אויך לעתיד לבוא, וויבאלד אז שכר מצוה מצוה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס וואס אין זמן הגלות, ועד'ז אין תענית אסתר, און בשנה שעברה ובשנים שלפני זה, איז דערנאך געווען באזונדער דער ענין פון גאולת פורים, און באזונדער די גאולת פסח שלאחרי זה,

12בבבל אז ס'איז דורכגעגאנגען נאך א יאר, און אין דעם יאר איז צוגעקומען במעשינו ועבודתינו, אף על פי וואס שוין פון פריער איז געווען ווי די הכרזה פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז ס'איז שוין דא מעשינו ועבודתינו, און ס'דארף אפילו צוגעפוצט די קנעפלעך, און ס'דארף מערניט ווי ס'זיין דער בפועל ממש, אין דעם בפועל ממש, ניט יוצא זיין מיט הפצת המעיינות חוצה, וואס דאס איז קאתי מר דא מלכא משיחא. און ווי פארשטאנדיק פון דעם סיפור הידוע, איז דאס ניט נאר אז דאס איז א באזונדערע זאך, נאר בשעת לימוד פון פנימיות התורה איז דעמאלט גופא קומט מר דא מלכא משיחא. וואס דאס איז דאך אויך על פי זה דער ביאור, וויבאלד אז דאס איז געזאגט געווארן אזויפיל יארן לפני זה, איז ווי קומט דאס אז מלכא משיחא האלט אפ זיין הבטחה, וואס ער האט געזאגט נאך אין היכל המשיח, און געזאגט דעם בעל שם טוב, וכידוע דער סיפור בזה, אז בשעת מ'לערנט פנימיות התורה, און תורת הבעל שם טוב בכלל זה, ובמיוחד ווי דאס איז נתבאר געווארן

13תורת חב",ד, וואס דורך דערויף ווערט דאס א דם ובשר כבשרי גשמיים, על אחת כמה וכמה פון דם ובשר כבשרי רוחניים, ובמיוחד נאך אז מ'שטייט אין דער וואך, וואס די גאנצע וואך ווערט אנגערופן בשם פרשה כי תשא אז יעדער איד און אלע אידן און יעדער טאג פון דער וואך שטייט מען אין אן אופן פון כי תשא את ראש בני ישראל, אז ניט נאר אידן בכלל זיינען נישואי ראש, נאר אפילו דער ראש פון אידן, וואס דאס איז אנהויבנדיק פון נשיא דורנו, על דרך זה אויך ובאמו די אלע נשיאים פון כל הדורות כולם, על אחת כמה וכמה פון נשיא חב אד, אנהויבנדיק פון בעל שם טוב און מגיד, און דערנאך ותיהי חב ד במיוחד, וואס דאס איז דאך דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק און דער רבי מהרש און דער רבי נשמתו עוזן און נשיא דורנו, און זיי שטייען אלע ביחד, און מ'גייט אלע צוזאמען גלייך נאך תפילת מנחה פון אתנות אסתר פון שנת אראנו נפלאות, ניט ווארטנדיק

14אויף תפילת מעריב, אפילו ניט ווארטנדיק אויף פאנאנדערטיילן די צדקה בפועל צו א גבאי צדקה, אדער צו דעם עני אליין, און שוין תיכף ומיד לאחרי האמירה בזה, ולאחרי נתינה מאכנדיק די שליחות קומט תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה. וואס דאס איז, כאמור, די התחלה פון יום החמישי וואס קומט לאחרי יום הרביעי, וואס ביום הרביעי איז דאך נתלו שני המאורות, און דעמאלט איז דאך געווען אויך ווערן זיי ביידע אנגערופן מארות הגדולים, ובמיוחד נאך אז לאחרי ווי ס'איז געווען די ירידת הלבנה, דער מאיר הקטן איז דערנאך געווארן ירידת אורך עלי אז והי'אור הלבנה כאור החמל און נאך מערער כאור שבעת הימים, און די אלע זיבן טעג צוזאמען, ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דעם ביאור בזה, אז אין שבעת הימים איז דאס בגימטריא גשם, דערפאר וואס דאס איז שבעה פעמים שבעה פעמים שבעה איז בגימטריא גשם, וואס דאס שטייט דאס ברמז, און תיכף ומיד קומט דאס בגלוי, וואס דעמאלט האט מען אויך בגלוי נאך אין פרשה כי תשא

15און נאך בסיום פון יום הרביעי פון פרשה כי תשא, בפרט נאך אז מ'האלט שוין נאך תפילת מנחה שבו, האט מען דאך די ביידע מאורות הגדולים, און תפילת מנחה האט שוין פועל געווען, אז פון ירידת הלבנה ווערט דער והי'אור הלבנה כאור החמה כאור ישיבת הימים נאך פאר תפילת ערבית און נאך פאר פאנאנדערטיילן אויף צדקה, יהי רצון, אז ס'זאל זיין אפילו נאך פאר מאכן די שליחות בפועל, מערניט ווי דערמאנט וועגן דער שליחות. ועוד והוא העיקר, אז יעדערער איז מחליט אויף נאכמערער מוסיף זיין אין די שליחות וואס יעדער איד האט, ובפרט אין צוזאמענהיינג מיט ימי הפורים, וואס דעמאלט איז דאך קימו מה שקיבלו כבר, וואס דער קיבלו כבר איז דאך געווען, אז מ'זאל זיין א שליח אמיתי, ווי דער אויבערשטער האט אנגעזאגט בשעת מתן תורה, איז קומו מה שקיבל כבר מ'האט שוין די החלטה אויף צו זיין א שליח אמיתי, וואס אט דעמאלט ווערט מקויים אויך בפשטות אויף שלוחו של אדם כמותו, אז ס'איז והיו עיניך רואות את מלך און א ראי'וואס נעמט דורך און דורך, במילא האט מען נאך דעמאלט

16נאך מערער ווי מ'האט ערשט ער געזאגט אין דער קריאה, אז בשעת משה רבינו האט דאס געבעטן, האט מען אים געזאגט אז לא שוחל לראות את פני ורעית את החורא ופני לא יראו האט מען דאך די הבטחה, וכמבואר בכמה מקומות, אנהויבנדיק פון קבלה פון סוד שבתורה, וואס דאס איז דאך אבער ניט דער תכלית הכוונה. דער תכלית הכוונה איז דוקא אין עולם העשי'שאין תחתון למטה הימנה, אז דאס זאל אראפקומען פון סוד און דערנאך אויך פון רמז און דרוש און פשט, ביז אין עולם הפשט, וואס דאס איז עולם העשי.' וכמוזכר לעיל, והוא העיקר, תיכף ומיד ממש, ולא עיקבם אפילו כהרף עין, ובפרט נאך אז יעדער איד איז מחליט, אז ווי ס'איז געווען גוט עבודתו עד עתה, ובפרט די עבודה פון תנית אסתר פון שנת אראנו נפלאות עד עתה, איז ער מחליט אז ער מוז מוסיף זיין, און הויבט גלייך אן די הוספה בפועל, ביז א הוספה באין ערוך לגמרי, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן נאמען פון נשיא דורנו יוסף עוני יצחק,

17אז ס'ווערט די הוספה אין אן אופן פון כל השומע יצחק לי כמדובר כמה פעמים. און ס'ווערט גלייך דערנאך דער המשך אין נשיאת ראש פון יעדער אידן און אלע אידן, איז בפעולתו אין סיי אין מעשה און סיי אין דיבור און סיי אין מחשבה, עאכו כמה וכמה בערך ווי זיי ווערן נתקבל און נתקבד, און ביז וואנענט אז כל שבעים אומות העולם וועט נעמען איינטייל אין א חבץ הלביל אין נגבציו דורך ברענגען יעדער אידן און אלע אידן, ותיכף ומיד ממש, אז ס'ווערט בטל המן ובניו וזרעו אחריו, ביז ס'ווערט מכי תמחא ומכי אמחא את זכר עמלק און זכר עמלק, סיי אין אן אופן פון צוויי נקודות, סיי אין אן אופן פון דריי נקודות, וואס דאס איז דאך דער חילוק פון זכר און זכר, על דרך זה אויך דער חילוק פון די ביידע בתי מקדשים, וואס זיי זיינען דאך געווען ביידע נכלל אין בית-המקדש השני איז דאס זכר, און דערנאך קומט אויך ווי דאס איז אין זכר, אין אן ענין של סגל, וואס דאס באשטייט דאך פון ג'נקודות,

18און אדרבא ווער הויבט-אויף די ביידע נקודות פון צורה הויבט דאס אויף די נקודה שתחתי'וואס דאס איז די נקודה השלישית, און זי מאכט פון דעם צורה מאכט אן ענין פון א סגל פון אן עם סגולה, און דער עם סגולה באקומט די סגולה פון דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם ענין המציאה, ווי די גמרא זאגט, אז בשעת מ'האט א מציאות דארף מען האבן א סגולה, אז מ'זאל אנהאלטן אין דעם און דאס זאל ווערן זיינע נכסים, איז דערפאר דארף זיין דער יעשה בהם סגולה. און ס'ווערט אויך בפועל, והוא העיקר, אין גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט האט מען דעם אחי אמחי סיי פון זכר עמלק בשלימות און סיי פון זכר עמלק בשלימות, און ס'ווערט גלייך נאך דערויף באי אין די פרשיות שלאחרי זה, ביז אין די פרשה פון כי תשא, און די פרשה פון ויקל, און פון פקודו. ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט גלייך דער ויקרא אין דעם בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך ותיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions