פסקה
פסקה rh-66gcdgzy
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cvh72e5h
- order
- NF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז יעדער איד, נאך פאר דערויף ווי ס'קומט חודש אלול, און פאר דערויף ווי ס'קומט די חדשים שלפני זה, פילט ער שוין אז ס'איז דא דער ענין פון חי, ווי דערמאנט פריער, אז יעדער טאג זאגט מען, גלייך ווי מ'כאפט זיך אויף, אז ער איז א לעבעדיקער קינד און א לעבעדיקער איד און א לעבעדיקע באשעפעניש פון דעם אויבערשטן, און נאך מערער, אז דאס איז אזא באשאפעניש וואס האט אויך שכל אויף צו פארשטיין און אויסדרוקן דעם פארשטאנד אויך אין רייד, דורך זאגן מודה אני. ועל דרך זה אויך ווי ס'איז אויך דער מנהג צווישן אנדערע פעלקער, ניט נאר צווישן דעם אידישן פאלק, אז זיי דאנקען אויך דעם אויבערשטן, ווי ס'איז אויך דער מנהג און אויסגעקריצט אויף די מטבית פון דער מדינה אין וועלכע מיר געפינען זיך, אז יעדערער פון די וואס געפינען זיך אין דער וועלט גלויבט אין דעם אויבערשטן און לויבט אין אים אריין זיין גאנצע אמונה, ווארום דער אויבערשטער האט באשאפן די גאנצע מדינה, מיט די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין דער מדינה, און אזוי אויך אלע איבעריקע מדינות,
- proofread
- 0