עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-64h3qmd4

kind
paragraph
order
X
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
לבי בנוגע צו זיך אליין, און ואהבת לרחק כמוך אויף איינווירקן אויף די אלע וואס ווייסן נאך ניט דערפון וועגן די גרויסקייט פון דעם ענין פון ללמוד כל התורה כולה, און זיכער איז דאך א סך לייכטער דאס אויסצופירן, אז מ'לערנט דאס אין ספר הרמב,"ם ווי אפלערנען כל התורה כולה בפשטות, די אלע מסכתות מיט די אלע ברייתות מיט די אלע מכילתות וכו'וכו כמדובר כמה פעמים, און די החלטה עצמה מאכט דערנאך אויך לייכטער פון דעם לערנען דעם בירור הדברים בהנוגע לאסוקי שמעתת אליבא דהלכתא, וואס דאס איז דאך אין רמב",ם אויך לערנען דאס דערנאך אין דעם מקור, מיט די שקלא-וטריא וכו'וכו וואס דאס איז פארבונדן מיט לימוד כל התורה כולה בפשטות, ווי ס'איז פארשטאנדיק אויך כמדובר פון שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז אויך א ציווי אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן ער זאל טאן כל התלוי בו אויף אפצולערנען, על כל פנים פעם אחת, אלע מסכתות מיט אלע ברייתות מיט אלע מכילתות מיט אלע ראשונים וכו'וכו כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער א חי יתנו אל לבו בהוספה על די אנדערע ענינים, נוסף אויך וואס מ'דאנקט אפ פאר די בשורות טובות וואס מ'האט איבערגעגעבן וועגן די סיומים פון רמב רמב ם. ועיקר, ווי מ'האט געפראוועט דעם יום ההילולא, סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ-ישראל, מיט די החלטות טובות וואס מ'האט אנגענומען בזה, און וואס אזיכער האט מען שוין א טיול אנגעהויבן מקיים זיין בפועל. און דאס גיט אויך א זירוז, אין די ערטער וואס מאיזה סיבה שתהי'האט מען אפגעלייגט אויף פראווען דעם יום ההילולא, און אויך פראווען דעם סיום אויף רמב ם נאך אין די ימים שלאחרי זה, זאל מען דאך נאכמערער מוסיף זיין אין די החלטות טובות, וויבאלד אז מ'האט דאס אפגעלייגט זאל דאס זיין א תועלת, אז וויבאלד אז ס'האט גענומען מערער צייט האט דאס געבראכט נאכמערער החלטות טובות, און דעמאלט האט מען אויך דעם זכות, אז בשעת מ'דערוויסט אין איין ארט, וואס מ'האט שוין געמאכט דעם סיום, אז דערנאך איז געווען א סיום אדער געפראוועט די
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions