עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-62vzj3w4

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צי ווייזט זיך אויס אז ס'איז דא אין דערויף שוועריקייטן? איז פארקערט, וויבאלד אז מ'זעט אז דער אויבערשטער האט געגעבן די מצוה, און האט געגעבן א קלייניקע שוועריקייט דערביי באווייזט דאס, אז דער אויבערשטער האט אים געגעבן אזויפיל כח, אז די שוועריקייט איז אינגאנצן ניט תופס מקום, און דאס וואס זי פארנעמט אן ארט כדי ס'זאל זיין נאכמער געשמאקער, בש ער לערנט תורה און מקיים מצוות, אדער די זעלבע זאך ווען ס'טוט פון א מיידעלע ווען זי ווערט בת-מצוה האט דאס נאכמער לעבעדיקייט און נאכמער געשמאקקייט און נאכמער תענוג, וויבאלד אז מ'האט דערביי אויך געהאט א ספעציעלע אנשטרענגונג, אז ניט נאר ניט נתרשם, ניט נתפעל ווערן פאר א שוועריקייט, נאר אדרבא דאס רופט ארויס נאכמער החלטה, און נאכמער באשטימקייט און שטארקייט, אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'דארף אזוי טאן, און ס'איז א זיכערע זאך אז דאס איז דער אמת'ער גליקלעכער וועג, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס דעמאלט גיט דער אויבערשטער נאכמערער מעגלעכקייטן, אז בשמחה ובטוב לבב, ומתוך מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, און מתוך תענוג אמיתי זאל מען נאכמערער מוסיף זיין אין קיום המצוות בכלל, און קיום לימוד התורה במיוחד יעדערער פון אייך, און ווי דערמאנט פריער, דורך אייך, זאל זאל אויך צוקומען בא די אלע וואס האבן זיך אוועקגעשטעלט אין דעם ריכטיקן חינוך און אין דעם ריכטיקן וועג, און האבן זיך צוגעבראכט צו דעם גיל, אז ס'זאל זיין בר מצוה, בר מצוה, אויך דער אפטייטש פון גיל, אז דאס איז פון לשון גילה ושמחה, אז דאס איז א פריילעכע זאך, און ווי ער זאגט אין תיקוני זהר, אז דאס איז בדוגמא פון א שמחה גדולה ביותר, ווי א שמחת פון א חתן, וואס דעמאלט ווערט מען דאך א באנייטער לעבן אין אלע פרטים, על דרך זה אויך בא יעדער בר-מצוה און בא א בת-מצוה, זאגט מען, אז דאס איז זיין אדער איר אמת'ער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions