עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5xx60h25

kind
paragraph
order
Aw
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'דארף זיין אפגעהיט, און ווי יעדערער פארשטייט דאס, אז מ'דארף זיין אפגעהיט אין פאלגן דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דער אנהויבס פון עשרת הדברות, אנכי הוי'אלקיך אזוי אויך דארף מען זיין אפגעהיט אין די אלע אותיות און די אלע ווערטער וואס נאך דערויף, ביז אז מ'דארף זיין אפגעהיט אפילו אין די מצוות וואס זיי זיינען פארבונדן לכאורה ניט מיטן אויבערשטן אליין, אדער ניט מיט אן א מצוה, נאר דאס איז גאר פארבונדן מיט א צווייטן אידן, און וואס א צווייטער איד, און אויך ניט מיט אים אליין, מיט זיין געזונט אדער מיט זיין גוף ונשמה, נאר פארבונדן מערניט מיט זיין אייגענטום, מיט זיינע נכסים, דארף מען זיין אפגעהיט ווי ס'גייט-דורך אין גאנצע עשרת הדברות, וואס הויבט זיך אן מיט אנכי הוי'אלקיך און דערנאך רעכנט מען אויס פארשידענע מצוות און א-סך מצוות, און מיט וואס פארענדיקט מען די עשרת הדברות? מיט קול אשר לרעך, וואס דאס איז דער פשט אין דערויף, דער איינפאכער פשט און דער קלארער פשט,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions