Paragraph
Paragraph rh-5xtxwg78
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kqwgz256
- order
- Aw
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ניט נאר יום ראשון, נאר גלייך אויך יום שני, עאכו כמה וכמה די יום שלישי און די ימים שלפני זה, וכנגד כולם ווי דאס שטייט אין יום הששי, וואס דעמאלט איז דאך הכל מוכן לסעודה סעודה גשמיות, און אויך סעודה רוחניות, וכמדובר כמה פעמים. דערצו איז דאס אויך דער יום הששי פון פרשה ויחי, וואס ויחי בכללות ווייזט דאך דאס אויף אן ענין פון חיות אמיתיים, ווי ס'שטייט אין תורת אמת, ובפרט נאך אז דא רעדט זיך דאך וועגן ויחי פון יעקב'ן, וואס יעקב איז דאך מדתו, מדת האמת, און וואו איז דער ויחי? איז דאס ניט ווי ס'שטייט פריער ווי אזוי ס'איז געווען אין ארץ, תנאה און ארץ מגורי אביו דאס איז ויכי יעקב בארץ מצרים, ביז וואנענט אז אויך עשרה שנה איז דאס אויך בגימטריא טוב, וכמבואר אין מפרשים מיט אלע פירושים שבדבר. און דאס קומט אראפ בגלוי, ס'איז דאך ניט ענינים וואס ס'שטייט ברמז, דאס איז בגלוי בשעת מ'שרייבט שטרות, און מ'דארף דארטן שרייבן דעם זמן, אדער מ'וויל שרייבן דעם זמן,
- proofread
- 0