עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5w6zgy5d

kind
paragraph
order
aL
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דארטן ווערט דובר שלום אז יעדער איד און אלע אידן ווערן א דובר שלום אין דער גאנצער וועלט, אז זי זאל זיין אין אן אופן פון שלימות, אין אן אופן פון שלום, ביז דער אופן פון שלום פון מלך השלום שלו, וואס דאס איז שלמה המלך, און דוד אביו און דוד מלכא משיחא, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך אויך ווי אזוי קומט די גאולה האמיתית והשלימה? איז דאך דאס על ידי ענין השלום, וואס אויך פון דעם אפטייטש פון ענין של שלימות, און דאס ווערט ווי א איד איז נאך העכער אפילו פון ענין השלום, וואס דערפאר זאגט מען, אז שלמה וישב על כסא הוי און ער איז געווען דער מלך ישראל, וואס המלך הוא הכל איז דאס נמשך געווארן בגלוי בכל בני ישראל, ואנשים והנשים והטעפ שבימי שלמה, וואס פון זיי שטאמען דאך אלע אידן, און יעדער איד און אין יעדער איד, כולל אט די וואס געפינען זיך איצטער דא, און די וואס געפינען זיך איצטער ביז אין קצוי תבל, איז דאס אלץ זרעו וזרע זרעו פון אט די אידן וואס זיינען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions