עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5pfrzjfd

kind
paragraph
order
Bc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'זאל זיין אין אן אופן פארבונדן מיטן עיקר, וואס דער עיקר בא יעדער אידן איז דאך תורת חיים וואס איז געגעבן געווארן דורך אלקים חיים, און געגעבן געווארן צו ואתם הדבקים בהוי'אלקיכם חיים צו אידן וואס זיי שטייען אלעמאל ניט סתם פארבונדנדיקייט מיטן אויבערשטן, נאר הדבקים איז צוגעקלעפט און באהאפטן ביז וואנענט אז מ'איז שוין דורכגעדרונגען מיט ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט די עקרת הבית, אז געטלעכייט נעמט דורך זיין גאנצן לעבן, און בנוגע די עקרת הבית, די באלעבאסטע פון הויז, האט זי דעם ספעציעלן כח פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער בורא כל העולם כולו ומנהיגו, ער באשאפט די גאנצע וועלט, און פירט-אן מיט דער גאנצער וועלט איז דאך פארשטאנדיק, אז ער האט דעם כח, און ער נוצט דעם כח, אז די וועלט זאל זיך קענען פירן ווי די וועלט דארף זיך פירן, אז ס'זאל זיין ניכר אז דאס איז א דירה לו יתברך, אז דאס איז ניט סתם א וועלט וואס פירט זיך קיין מנהגי נוהג ווי ס'קומט אויס דורך וועלטליכע געזעצן, און דורך וועלטלעכע הנהגה, נאר דאס פינט זיך לויט די געטלעכע געזעצן פון דעם בורא עולם, פון דעם אויבערשטן, און וואס אידן האבן זוכה געווען, אז זיי האט דער אויבערשטער געגעבן נתן לנו את תורתו ווי מ'זאגט דאס יעדער טאג אין ברכת השחר, אין אנהויבס פון טאג, אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן יעדער אידן און אלע אידן, אז זיי זאלן ווערן זיין אויסגעקלי� ער פאלק, און ווי מ'זאגט אתה בחרתנו מכל העמים, אז אף על פי אז דער אויבערשטער האט באשאפן יעדער זאך אין וועלט, און איז זיכער אז ער האט באשאפן אן אומה שלמה בשעת ס'רעדט זיך וועגן א גאנצן פאלק, האט דאך יעדער פאלק זיין מזל און זיינע אויפטונגען, וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן כח אויף דורכפירן זיי איז אתה וחרתנו מכל העמים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions