עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5jvrhqdx

kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מקום די כמות וכו ס'איז מערניט ווי נוגע אז דאס קומט פון דעם אויבערשטן, דער אויבערשטער דארף דאך אבער געבן כפי הישג ידו פון דעם נותן, וואס דאס איז דאך בנוגע צו צדקה בכלל, און בנוגע צו נתינת מתנה במיוחד, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז בשעת אן אדם חשוב גיט א מתנה איז דאס שלא בערך מערער ווערט ווי ס'גיט א מתנה אן אדם בין און עיר, על אחת כמה וכמה ווי ס'גיט אן אדם וואס ער איז נאך אין ענינים גשמיים נאך נידעריקער דערפון וכו ויש להאריך, ואין הדבר צריך כל אריכות בדבר, ווארום דאס וואס ס'איז איצטער נוגע איז, אז דער אויבערשטער זאל תוקף ומיד געבן, וויבאלד אז מ'האט שוין געבענטשט חודש אלול, און מ'האט אויסגערופן דעם נאמען אלול ברבים ובאום השבת קודש, און ראורם האט דערנאך געזאגט אמרו עמין ווי דאס איז דאך דער סיום נאך דערויף ווי מ'איז מכריז דעם נאמען אלול ס'זאל שוין זיין, וויבאלד אז ס'איז שוין נאך שבת מברכים, ובפרט נאך אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען דער יום ראשון, דער יום אחד, וואס דעמאלט איז דאך בעולמו מערניט ווי אחד יחידו של עולם זאל דער אויבערשטער געבן, נאך אין חודש אלול, און ענינים פארבונדן נאך מיטן פאריקן יאר, מתנות.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions