עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

6 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי ווי ס'איז דאך נאך שבת מברכן חידיש אלול, וואס איינע פון די ענינים אין חידיש אלול איז דאך בלידה ראשי-תיבות'ן דער ענין הצדקה פון איש לרעהו ומתנות לאביונים, וואס דאס איז דאך אין דעם ראשי-תיבה שטייט דער ענין הצדקה אין דעם אויסדרוק פון מתנות, וואס דאס באווייזט דאך א מדריגה נעלה אין ענין הצדקה, אז ניט ער גיט יענעם אויף א שוה פרוטה וכיוצא בזה, נאר ער גיט יענעם אן ענין וואס מ'קען דאס אנרופן בשם מתנה אין דרך בני אדם, אין לשון בני אדם, וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק, סיי מצד דעם נפש הנותן דארף דאס זיין אין אן אופן אז ער גיט א מתנה, ועוד והוא העיקר, אז ס'דארף זיין ניט סתם א פרוטה וכיוצא בזה, נאר אין אן ענין וואס מ'איז שייך זאגן אויף דערויף אז מ'האט אים געגעבן א מתנה, און דערנאך, אז ער וועט דערציילן אז ער האט באקומען פון פלוני בן פלוני, אדער מ'האט געזען ווי אזוי פלוני בן פלוני האט אים געגעבן איז דאס גלייך ניכר, אז ניט ער האט געגעבן א פרוטה, אדער אן דערהאבן פרוטות, אדער צוויי פרוטות, וכיוצא בזה, נאר אין אן אופן אז יעדערער

2דערקענט אז דאס איז אן ענין פון מתנה, במילא פארגלייכט ער דאס אויך, אז בשעת ער גיט א מתנה, וועמען גיט מען דאך א מתנה צו די מענטשן וואס עביד נייך לנפשי, אדער נאך מערער צו די בני בית, און ווי מ'פירט זיך בא כמה ענינים און בא כמה מאורעות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די בני בית, איז דעמאלט איז דאס פארבונדן אויך מיט נתינת מתנה, זעט מען דאך מנהג בני אדם, און אדם ניט סתם אדם, נאר אדרבה, אויב מ'איז אן אדם החשוב איז דעמאלט איז די מתנה החשובה עוד יותר, וואס דאס אלץ ווערט אויך אפגעשפילט, און מ'דארף דערפון אויך אפלערנען, בהנוגע צו נתינת הצדקה אין חודש אלול, אז דאס דארף זיין אין אזא אופן, סיי מצד כמות המתנה הצדקה, סיי מצד דער איכות הצדקה און סיי מצד דעם נותן און סיי מצד דעם מקבל, איז דעמאלט אויך בנוגע צו דעם מקבל, איז בשעת ער באקומט א צדקה דארף מען איבערטראכטן אז ס'וועט זיין פאר אים אן ענין של כבוד, אדער היפך הכבוד, בשעת א מענטש באקומט א מתנה, איז דאס כאמור לעיל-עבוד נאכל לנפשי דערפאר גיט מען א מתנה,

3און דאס באווייזט אויף א חשיבות אויף ענין המתנה, אויף דער חשיבות פון דעם נותן, פון דעם מקבל, דערפאר וואס ער איז ווערט אז מ'זאלן געבן א מתנה. און ויהי רצון, אז בקרוב ממש, וואס דעמאלט קומט דאך צוזאמען דער איש לרעהו, מתנות לאביונים דער אויבערשטער, צוזאמען מיט אידן, וואס אידן זיינען דאך בטבע טהיר לכל דבר, אז יעדער זאך וואס איז פארבונדן מיטן אויבערשטן לאו דוקא אז דאס איז סודות התורה אין דעם אופן הכי נעלה, אפילו א פירוש הפשוט בתורה, אפילו א פירוש הפשוט וואס ס'ווייס א קליין קינד, וויבאלד אז מ'זאגט אים אז דאס איז געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן ווערט דאס ביי אים א מתנה הכי גדולה, ניט קוקנדיק צי דאס איז חלק הפשט, צי דאס איז חלק הרמז, צי דאס איז חלק הדרוש אדער חלק הסוד וכו און יהי רצון, אז כמדובר, אז בקרוב ממש, זאל יעדער איד, נאך מערער ווי ער האט באקומען ביז איצטער, כדי צרכו, ביז אויך דער מחסירו אשר יחסר לו, זאל ער אויך באקומען אין פרנסה גשמיית פון דעם אויבערשטן אליין מתנות, און וויבאלד נאך אז יעדער איד האט די טענה, אז ער איז תאיב לכל דבר וואס קומט פון דעם אויבערשטן, און במילא איז פון אים נאך גאר לכאורה ניט אויפש

4מקום די כמות וכו ס'איז מערניט ווי נוגע אז דאס קומט פון דעם אויבערשטן, דער אויבערשטער דארף דאך אבער געבן כפי הישג ידו פון דעם נותן, וואס דאס איז דאך בנוגע צו צדקה בכלל, און בנוגע צו נתינת מתנה במיוחד, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז בשעת אן אדם חשוב גיט א מתנה איז דאס שלא בערך מערער ווערט ווי ס'גיט א מתנה אן אדם בין און עיר, על אחת כמה וכמה ווי ס'גיט אן אדם וואס ער איז נאך אין ענינים גשמיים נאך נידעריקער דערפון וכו ויש להאריך, ואין הדבר צריך כל אריכות בדבר, ווארום דאס וואס ס'איז איצטער נוגע איז, אז דער אויבערשטער זאל תוקף ומיד געבן, וויבאלד אז מ'האט שוין געבענטשט חודש אלול, און מ'האט אויסגערופן דעם נאמען אלול ברבים ובאום השבת קודש, און ראורם האט דערנאך געזאגט אמרו עמין ווי דאס איז דאך דער סיום נאך דערויף ווי מ'איז מכריז דעם נאמען אלול ס'זאל שוין זיין, וויבאלד אז ס'איז שוין נאך שבת מברכים, ובפרט נאך אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען דער יום ראשון, דער יום אחד, וואס דעמאלט איז דאך בעולמו מערניט ווי אחד יחידו של עולם זאל דער אויבערשטער געבן, נאך אין חודש אלול, און ענינים פארבונדן נאך מיטן פאריקן יאר, מתנות.

5און די טענה בזה איז, דערפאר וואס דאס גיט ער לישראל עם קרובו, וואס זיי זיינען טייב לכל דבר, און דאס וועט נאכמערער צוהיילן בשעת ס'וועט זיין נאכמערער א רחבה ביי אידן, אויך אין די הכנות צו חודש אלול, און על אחת כמה וכמה די הכנות לאחרי התחלה פון חודש אלול, וואס דאס איז דאך וראשי חדשיכם צוויי טעג פון ראשי חדשים, ובפרט נאך אז מ'קומט דאך פון דעם חודש ווען דער אב אבינו שבשמים שטייט אין דער תנועה פון מנחם וואס הענדער זיך אויך אר מיט א מם און ענדער זיך אויך מיט א מם סתומה, וואס ביידע ענינים באווייזן דאך אויף דעם ענין הגאולה זאל זיין נאך גלייך אין דער התחלה פון פרשה שופטים ושוטים תתן לך בכל שעריך אז מ'זאל האבן די גאולה אמיתית והשלוחה ומר תיכף ומיד ממש, וועט מען גלייך מקיים-זיין דעם ענין פון השבעה שבטייט והראשונה מצד הקב'ה, און יעדער איד זאלט אויסקלייבן פון זיך אט די וואס זיינען ראוי לזה, אז זיי זאלן אויך אויסקלייבן די שופטים ושוטם תתן לך אויך תתן מלשון כנן הנותן בעין יפה נותן און ס'זאל זיין בכל שעריך אין די ארץ-ישראל דעם כיבוש מלא

6וואס דאס איז פון עשר עמין, וואס דאס באווייזט דאך א תכלית השלימות אין עשירות דער מנין פון עשר, עשירי עיקר קודש און דארט זאל זיין גופא בכל שעריך ובגאנצע ארץ ישראל, על אחת כמה וכמה אין די בירא פון ארץ-ישראל, ירושלים, און אחת כמה וכמה דארטן גופא בהר הקודש ובית המקדש, ותיכף ומיד ממש, והוא העיקר.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions