Paragraph
Paragraph rh-5dzg9qet
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-mksvhfwh
- order
- 3R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי יעדער יאר אין דער צייט, וואס דאס איז די ענדע פון חודש מנחם אב, און וואס מ'האט שוין געווענטשט דעם שער וואס מיט א פאר טעג צוריק, חודש אלול, וואס דאס איז דאך דער חודש החשבון און די צוגרייטונג צו דעם נייעם יאר, וואס ס'וועט זיין זיכער אז כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומסוקה קלייבן זיך צוזאמען א סך אידן, ובעיקר תינוקות של בית רבן אידישע קינדער, וואס זיי געהערן אין דעם חדר פון דעם אויבערשטן, וואס דערפאר ווערט דאך יעדערער פון זיי אנגערופן, אז ער געהערט צו צבאות השם און וויבאלד אז זיי געהערן אין דעם חדר פון דעם אויבערשטן, איז דאך פארשטאנדיק, אז זיי טוען אלץ וואס זיי קענען, ווי דער אויבערשטער ערווארט פון זיי און וויל פון זיי, און א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער גיט זיי אלע געהעריקע כוחות, אז זיי זאלן קענען דורכפירן אלע זייערע באשלוסן אויף צו אויפצופירן זיך ווי תינוקות של בית רבן, אבינו שבשמים.
- proofread
- 0