עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5djk614b

kind
paragraph
order
cT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ואהבת לרעך כמוך פועל זיין אויף יעדער אידן און אלע אידן ארום זיך, אז אויך זיי זאלן אזוי טאן, און פועל'ן דאס בדרכי נועם ובדרכי שלום, ווי דער לשון איז ואהבת דאס דארף אויפגעטאן ווערן דורך אהבה, און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם ביז וואנענט אז דאס פועל'ט אויך זייער פעולות אין ארום זיך, איז אט דער וואס האט גערעדט אט די רייט, און דער וואס האט געטאן אט די פעולות פועל'ט דאס אויך אין אים, אז מכאן ולהבא זאל זיך נאכמער פארגרעסערן. וואס דאס איז אויך ווי גערעדט מערערע מאל דער פארבינדונג מיט דעם פון היינטיקן יאר, נוסף וואס דאס איז א שנת הקהל, אט דאס וואס דער מספר פון דעם יאר איז תשמח און תשמח, וואס דאס איז אויך, ווי דערמאנט פריער, ניט ס'שטייט אין חומש אדער אין משנה אדער אין גמרא, אז בשעת ס'איז געווען תסמך אין אלף השני אדער אלף השלישי אדער אלף הרביעי, מיט טויזנט יאר צוריק, איז דעמאלט רופט דאס אן די משנה אדער די גמרא שנת תסמך אדער די ברייתא נאר דא זאגט מען א אידן, אז וויבאלד ער האט א זאך וואס ער קען דערפון לערנען, און די משנה זאגט, אז כל מה שברא הקבוש ברוך בעולמו לא בראו אלא לכבודו יעדער זאך וואס איז דא אין וועלט איז דאס דארף מען דאס אויסנוצן ווי דער אויבערשטער וויל, אז דורך דערויף זאל צוקומען נאכמערער אין דעם אויבערשטנ'ס כבוד, אף על פי וואס ביז דעמאלט האט ער אויך געטאן אן עולם ומלואו, על אחת כמה וכמה לויט די תורה פון בעל שם טוב, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורךן רבי'ן דעם שווער, אז יעדער זאך וואס א איד הערט אדער זעט, איז דאס א הוראה אן אנווייזונג פון וועלכע ער קען אפלערנען, במילא דארף ער אפלערנען, ווי אזוי נאך בעסער דינען דעם אויבערשטן, וואס דורך דערויף וועט אויך נאכמערער צוקומען אין די ברכות וואס דער אויבערשטער גיט אים, אויף האבן נחת פון זיך,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions