עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5d08jf72

kind
paragraph
order
WL
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'מאנט אז ער זאל זיין א תמים איז אויסגעוואקסן, במילא אז ביי אים איז צוגעקומען דארף ער האבן נאך אן ענין אין תמימות, וואס דאס זאל אויך אראפברענגען און דוקנעמען די צוגעקומענע זאך זיינע אין אן אופן פון תמימות. און די צוגעקומענע זאך זיינע איז דאך אויך ניט אין אן אופן אז דאס ווערט א צוגעקומענע זאך, נאר דאס ווערט נתאחד ווי אין אן ענין של תמימה, אז ס'קומט-צו נאך עפעס א דבר תמים, על דרך ווי ס'קומט-צו אין א שנה תמימה קומט-צו א גאנצער חודש. איז דאך אט דעמאלט ווערט דאך יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר א טאג פון א שנה תמימה. דערנאך, אז ס'קומט-צו דער דרייצנטער חודש, איז ניט ער קומט-צו און ער בלייבט א חודש בפני עצמו, נאר וואס דען? ער טוט אויף אין דער שנה אט דער חודש ווערט א חלק פון דעם יאר פונקט ווי די אלע איבעריקע צוועלף חדשים. וואס דערפאר, איז בשעת דער אויבערשטער בענטשט אין ווען ער בענטשט חודש תשרי, כתורת הבעל שם טוב איבערגעגעבן דורכן מגיד'ן און דעם אלטן רבי'ן און נשיא דורנו ביז צו אונז, אז דער אויבערשטער בענטשט חודש תשרי, און ואתם נצבים היום כולכם און דאס ווערט דערנאך נמשך אין אלע צוועלף חדשים, בשנת העיבור אדער אין אלע עלף חדשים אין א שנה פשוטה, ווערט דאס נמשך בבת אחת, בברכתו של הקב,"ה. איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז מיטן שטורעם וואס מ'האט בנוגע צו כל החדשים, און א שנה פשוטה, אדער אין שנה מעוברת כל החדשים, האט ער דאס אין דעם חודש, ואדרבא, אין דער שנה קומט-צו אז ער האט צוועלף מאל דעם שטורעם פון ברכתו של הקב",ה וברכת ראש-חודש. אין א שנה פשוטה האט ער דאס מערניט ווי עלף מאל, משא'כן די שנה מעוברת האט ער דאס צוועלף מאל, כמדובר לעיל כמה פעמים, ועל דרך זה אויך בכל יום ויום, על אחת כמה וכמה אין יום פון הושענא רבה, כמוזכר לעיל,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions