עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5cd9jcfd

kind
paragraph
order
I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אנהויבנדיק, בנוגע צו דעם ארדער פארבונדן מיטן גאנצן יאר וואס ס'איז אויסגעטיילט, וואס דאס איז א שנת העיבור, און ווי געזאגט כמה פעמים, אז אן ארדער וואס מ'גיט ארויס צו א סאלדזשער דארף ער זיין אין קלארע ווערטער, כדי דער סאלדזשער זאל גלייך וויסן וואס ער האט צוטאן, און גלייך טאמער בעט ביי אים עפעס א ספק, א שאלה אין דערויף, גיט ער א קוק נאכאמאל אין דעם אר דער-בוק, זעט ער וואס מ'פארלאנגט מיט אים, און אויף וואס מ'האט אים פריער געגעבן כח ער זאל דאס קענען דורכפירן, און קענען דורכפירן מיט פלייען כל ארץ מיט א גרויסן נסחון, ביז וואנענט אז ס'בלייבט ניט קיין שיריים פון דעם יצר, און ער בלייבט, ווי געזאגט פריער, אז ילף מיט א ילדה טובים דערפאר וואס האבן צוטאן מערניט ווי מיטן יצר טוב, וואס דאס גיט זיי אויך א שנה טובה, דערפאר גיט זיי דער אויבערשטער נאך מערער ווי ער האט זיי געגעבן ביז דעמאלט א שנה טובה, איז ער נאכמערער מוסיף אין דעם טוב, אין דער גוטסקייט פון דעם יאר, און אין זייער זכות אויך אין דער גוטסקייט פון דעם יאר פאר אלע זייערע משפחות, אנהויבנדיק פון דעם טאטן מיט דעם מאמען, וואס האבן זיי אזוי ער צו און אזוי אויך די אלע קרובים פון דער משפחה, ביז דערנאך ווי דערמאנט פריער ואהבת לרעך כמוך זאגט דאך יעדערער פון אייך, סיי דער אינגעלע און סיי דער מיידעלע, אז ער האט ריב יעדער אידן וואו דער איד געפינט זיך, איז דאך פארשטאנדיק, אז פון דעם אלן טוב פון אלע גוטע זאכן וואס דער אויבערשטער גיט אים, וויל ער אויך אז זיי זאלן דערפון הנאה האבן פון דעם טוב יעדער איד און אלע אידן בכל קצוי תבל. וואס אט דעמאלט ווערט דאך נאך מערער דער ישמח ישראל בעושיו אז א איד קומט מיטאמאל א גוטע זאך, אן קיין צוגרייטונג, און ער פרעגט זיך נאך, אדער מ'דערציילט אים, אז ווי אזוי קומט דאס צו אים? דערפאר וואס ס'איז דא א אידישע אינגעלע אדער א אידישע מיידעלע,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions