עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-590094hz

kind
paragraph
order
k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז זייערע קינדער און קינדס-קינדער, ווערט דאס אין זיי אויך אויפגעטאן על ידי השפעתו פון זיין הקהל, וואס דעמאלט ווערט דאך דער מלך בענין זה, וואס דאס איז דאך די קריאת הפרשיות און דער אויפטו איז דאך דאס על ידי המלך. און יהי רצון, אז בקרוב ממש זאל מען זען ווי דאס ווערט אויפגעטאן דורך מלך המשיח, וואס ער איז דאך מגלה מלכות פון עצמות און גלות, ביז אין אן אופן פון ראו כל בשר יחדיו, און ביז וואנענט אז כל העמים כולם יקירה וידו כמבואר בארוכה אין תנך, און נאך מערער אין תורה שבעל פה, תורה בפירושה ניתנה, ובפשטות, אז ס'ווערט דער ענין פון הוי'אחד ושמו אחד, הוי'אמלך לעולם ועד, וכמוזכר לעיל, דער ענין פון עלינו לשבח וואס איז דאך פארבונדן דוקא מיט א דבר שבגלוי, און וואס דאס ווערט דאך אויך א טייל פון דעם נוסח המוסף פון ראש-השנה. און דאס קומט אויך אראפ אין אן אופן פון מלך, ווי ער ווערט די מציאות פון כל המדינה כולה, כל העולם כולו, כל סדר ההשתלשלות כולו, ביז אז דאס שטייט בגלוי, ובגלוי ממש, ביז אויך לעיני בשר, ובפשטות דער ונגלה כבוד הוי'וראו כל בשר יחדיו וואס מ'היילט דאס נאך מערער צו על ידי מעשינו ועבודתינו בכלל, ועל ידי מעשינו ועבודתינו בקשר וביום פון דעם סך-הכל פון כל השנה כולה, וואס די שנה מצד עצמו איז שוין שבת להוי,' על אחת כמה וכמה וואס ס'איז מקדשא וקיימא, על אחת כמה וכמה, אז ס'קומט אויך צו וואס אידן זיינען מוסיף בזה, על ידי מעשינו ועבודתינו, ובמיוחד מעשינו ועבודתינו אין א שבת'דיקן אופן מתוך עונג,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions