transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט די שיעורים ווי זיי זיינען בערב ראש השנה בקביעות שנה זו, נוסף אין דעם שיעור, ווי דערמאנט פריער אין כללות ענין הסדרה, פון אזינו, און דערנאך גייט מען אריין אין ברכה, און על דרך זה אויך בנוגע צו דעם שיעור תהלים, כמוזכר לעיל. על דרך זה אויך אין פרטיות פון דער סדרה, וואס איז דאך פארבונדן מיט פון רביעי ביז חמישי וואס דארט איז דאך דא די הבטחה פון דעם אויבערשטן, אז חלה חיצי און ווי רש י טייטשט דאס אפ וואס דאס איז פשוטו של מקרא, און מ'זאל מען דערמיט אויך אין דערויף נתגלה, אין דעם נפלאות שבתורה, אז דער אויבערשטער איז מבטיח, אז חיצי מתי כלים און אידן זאגן און מאנען עד מתי דאס איז געזאגט געווארן על-ידי משה רבינו בפעם הראשונה, מיט טויזנטער יארן לפני זה, און צוזאמען דערמיט האט מען די הבטחה פון והם אינם כלים איז שוין לאנג בטל געווארן, געדארפט מקויים ווערן, במילא בטל געווארן די חיצים, וויבאלד אז מ'האט שוין דעמאלט געהאט די הבטחה פון חיצי כלים אויך צוזאמען מיט די הבטחה פון והן אינם כלים אז ניט קוקנדיק אויף די אלע ענינים איז קיין פלא ניט פארוואס והן אינם כלים. דער פלא איז, אז בשעת ס'איז דא דער חיצין למוטב, וואס דער ענין פון אהבת הוי'און יראת הוי,' וכתורת הבעל שם טוב הידוע, ווי מ'האט דערט אויך בסיפורים על דבר הבעל שם טוב, אז ס'איז א פלא, אז לאחרי עבודת התפילה בלייבט א איד א נשמה בגוף, אני לא שניתי ואתם בני יעקב לא חיליסים בתמי הם. איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז דאס איז א טובה, ואדרבא, אט דאס וואס ס'איז דא די אהבת הוי'און יראת הוי'גיט נאך מערער
¶2צו אין זיין חיות, דוקא אלס א נשמה בגוף, וואס דאס איז דאך דער תכלית הכוונה פון בריאות האדם, אדם אדמה לעליון, און נברא אדם יחידי כדי יעדער איד זאל וויסן אז ער איז א יחידי בעולמו של הקב,"ה, ויחידה לייחדך, אז אדרבא ער טוט-אויף, אז דער אויבערשטער זאלן וויסן דעם יחידו של עולם, טוט דאס אויף יעדער איד און אלע אידן, וואס יעדערער פון זיי האט דער ענין פון יחידה, בפרט נאך אז ער האט דאך אין זיך דרך כוחב מיעקב וואס האט דאך אין זיך די ביידע אפטייטש, אין גמרא צו בבלי וירושלמי, אז דאס גייט אויף יעדער אידן און דאס גייט אויף מלכא משיחא, וואס ער איז דער יחידה הכללי פון כל בני ישראל, פון כל הדורות כולם, און טוט זי אויף דער ליחדה, אז זי איז מגלה מלכותו בעולם, ביז מלכותו פון דעם אויבערשטן, ווי ער שטייט אין אן אופן פון יחיד, וואס דאס איז נאך מערער ווי הנשיא הוא הכל, וואס דאס איז דאך במיוחד המלך הוא הכל, כמדובר כמה פעמים.
¶3שיעור פון תהלים, און אויך יש לקשר זה מיטן שיעור אין רמב בם, וואס דארטן רעדט זיך אין דער חשיבות און די גדלות פון דעת האדם. ביז וואנענט אז דער דעתו של אדם טוט-אויף הלכות אין קיקרות, הנושכי זו בזו אדער ענינים וואס רירן זיך אן איינע און די צווייטע, איז דער זייער דין און די הנהגה מיט זיי איז תלוי בזה, ווי ס'איז דער דעת האדם, און ווי פארשטאנדיק פון טעם הדברים איז דאס דער דעת פון דעם אדם וואלט די קיקרות געהערן צו אים. וואס דאס איז, וויבאלד אז מ'זאגט בשביל ישראל שנקראו ראשית די גאנצע מציאות, אנהויבנדיק ווי ס'שטייט אין ספירות, ראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ ביז ווי דאס שטייט אין די ענינים כפשוטם, ביז ווי די ענינים זיינען אין אין תחתון למטה הימנו, זיינען זיי אלע אפגעגעבן געווארן א אידן, אז ער ווערט באלעבאס אויף דער גאנצער וועלט, און מובן בפשטות, אז וויבאלד אז ער איז ממליך דעם אויבערשטן בעולמו, אנהויבנדיק וואס ער איז תמליכוני עליכם ער איז ממליך דעם אויבערשטן אויף זיך, און דער אויבערשטער בעט זיך ביי א אידן אז ער זאל אים ממליך זיין עליו, על האדם, דער דם לאדון, און איז מבטיח, אז דעמאלט וועט אויך זיין אז ער וועט מקבל-זיין די הכתרה פון דער מלוכה, וועט ער דאס מקבל-זיין, און מקבל-זיין בסבר פנים יפות, ומראה פנים שוחקות לכולם, ווי דאס איז נאך אין דער הכנות ראש השנה, וואס דאס איז בחודש אלול וואס דער מלך בשדה, על אחת כמה וכמה ווען א מלך חוזר לעירו, וכל אנשי העיר הולכים אחריו, און דארט איז דאך ווערט יעדערער פון זיי א יחיד סגולה, און יעדערער מיט זיי מיט אלע מעלות ווי ער זאגט דאס, און די אלע תוארים און די אלע מעלות ווי ער זאגט דאס אין דעם משל, על אחת כמה וכמה ווי זיי שטייען אין דעם נמשך,
¶4אין דעם נמשל, וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דער איד ווערט א בעל דעה אויף כל הענינים שבעולם, על דרך זה אויך אין די הלכות וואס ער ברענגט אראפ אין דעם רמב עם פון שיעור פון ערב ראש-השנה, און אויך לאחרי זה אין שיעור פון ראש-השנה, און אויך דעם שיעור שלפני ערב ראש-השנה, ווי אזוי דעת האדם דוקא איז זי איז מכריע און זי שטעלט אוועק די מציאות הגשמית שאין תחתון למטה הימנה, אז אין אים דארף מען גאר באווארענען אז ס'זאל בלייבן בטהרתו ביז בקדושתו, כמובן וגם פשוט. וואס דאס איז די שייכות מיוחדה אין ליישר הלבבות, און נאכמער מעודד זיין יעדער אידן די כחות וואס אים איז געגעבן געווארן, אז ס'איז תלוי בדעתו ווי ס'וועט זיין דער מעמד ומצב פון כל הענינים העומדים בישותו, וואס דאס איז דאך כולל באמיתית המצב איז דאס כולל כל המציאות כולה, ביז אז דאס איז כולל כל סדר ההשתלשלות, וואס ער איז דאך השתלשל געווארן כדי ווי ער זאגט אין תניא, אז להם הוא ירידה מורי יתברך נאר ער איז השתלשל געווארן כדי א איד, על ידי מעשה ועבודתו, זאל ער מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים דוקא. וואס דאס איז אויך קומט דאס דערנאך אראפ על דרך זה בכל אחד ואחת, ביז אויך אנשים ונשים, און אויך טף, וואס בשעת ער זאגט מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי ווערט דאס די התחלה פון דעם סידור השוה לכל נפש, מ'פארבינדט דאס מיט שויתי הוי'לנגדי תמיד, וואס דאס איז דאך די התחלה פון דעם טור, און אויך אראפגעבראכט אין הגהות הרמה, אין די התחלה פון שולחן ארוך, ביז ווי דאס שטייט בפשטות, אז ביי א קינד גלייך ווי ער ווערט געבארן פארבינדט מען דאס מיט שיר המעלות
¶5נוסף וואס מ'פארבינדט דאס מיט א מי שברך בשעת קריאת התורה בברכה לפניה ולאחרי,' און מ'פארבינדט דאס מיט אלע ברכות וואס גייען דערמיט צוזאמען, ובבת אחת, לגדלם לתורה ולכופ ולמעשים טובים ומתוך הרחבה, בדוגמא ווי ס'איז געווען דער גידול פון אדם הראשון בעולמו, איז דאך זיכער געווען לתורה ולכופ למעשים טובים גלייך צו מוכך יצירך בגן-עדן מקדם, כמוזכר לעיל, און דער מחנך שלו איז געווען דער אויבערשטער אליין יצור כפיו של הקב,"ה, מיט אלע ענינים וואס וועלן אריינגעשטעלט על ידי כפיו סתם, על אחת כמה וכמה כפיו של הקב,"ה, עאכו כמה וכמה ווי דאס איז געווען בגן-עדן מקדם, און דערנאך ווערט דאס נמשך, און ס'ווערט געזאגט בדיבור, במשך כל הדורות כולם, ועדורנו זה, ביז אין אן אופן פון שמח תשמח רואים האהובים דער אויבערשטער און אידן זיינען אין אן אופן פון רואים האהובים ולעתיד לבוא וועט דאך זיין דער שם הוי אין אן אופן פון יהי'כמבואר אין תורה אין די קודשא תורה להאריזל און מבואר בארוכה אין חסידות, וואס דאס קומט אראפ בפשטות, והמעשה הוא העיקר אז יעדער איד, אנהויבנדיק פון קטני קטנים, איז כל אחד ואחד כדבעי לו טוט-אויף אין דעם ענין פון מודה אני לפניך אויך מלשון פנימיות, פנים בפנים כמדובר בארוכה בהתוועדות שלפני זה, און מובן אויך בפשטות, ביז ער טוט דאס אויף בפשטות, דורך דערויף וואס ער קלייבט צוזאמען יעדער אידן און אלע אידן צו וועלכע ער קען דערגרייכן, ביז אנשים ונשים וטף, און רעדט מיט זיי, און באווייזט א לעבעדיקן ביישפיל, ביז ער פועל'ט בא זיי, אז זיי זאלן ווערן ליראה אותי כל הימים, ביז ווערן אין דעם אין אזא אופן,
¶6אז זייערע קינדער און קינדס-קינדער, ווערט דאס אין זיי אויך אויפגעטאן על ידי השפעתו פון זיין הקהל, וואס דעמאלט ווערט דאך דער מלך בענין זה, וואס דאס איז דאך די קריאת הפרשיות און דער אויפטו איז דאך דאס על ידי המלך. און יהי רצון, אז בקרוב ממש זאל מען זען ווי דאס ווערט אויפגעטאן דורך מלך המשיח, וואס ער איז דאך מגלה מלכות פון עצמות און גלות, ביז אין אן אופן פון ראו כל בשר יחדיו, און ביז וואנענט אז כל העמים כולם יקירה וידו כמבואר בארוכה אין תנך, און נאך מערער אין תורה שבעל פה, תורה בפירושה ניתנה, ובפשטות, אז ס'ווערט דער ענין פון הוי'אחד ושמו אחד, הוי'אמלך לעולם ועד, וכמוזכר לעיל, דער ענין פון עלינו לשבח וואס איז דאך פארבונדן דוקא מיט א דבר שבגלוי, און וואס דאס ווערט דאך אויך א טייל פון דעם נוסח המוסף פון ראש-השנה. און דאס קומט אויך אראפ אין אן אופן פון מלך, ווי ער ווערט די מציאות פון כל המדינה כולה, כל העולם כולו, כל סדר ההשתלשלות כולו, ביז אז דאס שטייט בגלוי, ובגלוי ממש, ביז אויך לעיני בשר, ובפשטות דער ונגלה כבוד הוי'וראו כל בשר יחדיו וואס מ'היילט דאס נאך מערער צו על ידי מעשינו ועבודתינו בכלל, ועל ידי מעשינו ועבודתינו בקשר וביום פון דעם סך-הכל פון כל השנה כולה, וואס די שנה מצד עצמו איז שוין שבת להוי,' על אחת כמה וכמה וואס ס'איז מקדשא וקיימא, על אחת כמה וכמה, אז ס'קומט אויך צו וואס אידן זיינען מוסיף בזה, על ידי מעשינו ועבודתינו, ובמיוחד מעשינו ועבודתינו אין א שבת'דיקן אופן מתוך עונג,
¶7און עונג אמיתי, ביז דעם עונג פון ראבי דעם כל ראבי'ן נאך העכער פון עונג המורגש, קומט דאס אראפ פון עצמות העונג, ובפרט נאך על ידי השמחה, ובמיוחד אז מ'האט די שמחה בפשטות, און מ'ווארט ניט אויף קיין אנדערע ענינים, מ'הויבט גאר אן פון דער שמחה, ווערט דאס גלייך די כלי און זי איז גלייך ממשיך בשמחה ביז אין שורש ומקור פון שמח תשמח רואה מאהובים ובפשטות, אז מ'איז פורץ אלע גדרים און אלע מדידות והגבלות, און ס'ווערט דער מעמד ומצב העולם בפשטות און מעמד ומצב פון א אידן, וואס ער איז דאך אנגערופן עולם קטן זה, הגוף פון דעם אידן, על אחת כמה וכמה ווי דער גוף ווערט אין אים ויפך בעפיו נשמת חי ווי ס'איז געווען בראש השנה, און דערנאך ווערט דאס נזכרים ונעשים מידי שנה בשנה, וכמוזכר לעיל, און מבואר בארוכה אויך אין ספר תניא קדישא בתחילתו. און דאס קומט אראפ אין אן אופן פון זאת הברכה, אמרה באצבעו ואומר זאת ער זעט ברכת הוי אין בני חיי ומזוני רויחי, און ושנה טובה ומסוצה בטוב הנראה והנגלה, ובמהרה בימינו ממש.