English
ספרייה
kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
נאך דערויף. וואס איינע פון די ענטפערס אויף דערויף איז בשעת מ'קוקט זיך צו צו אן אויפפירונג פון אן אמת'ער באלעבאסטע, אפילו ביי ניט-אידן, על אחת כמה וכמה זיכער אזוי ביי א באלעבאסטע פון א אידישע באלעבאסטע, אז בשעת זי גייט אריין און צו אבואה אל הארץ זי גייט אריין און גרינדעט און זי מייסד בויט-אויף איר פערזענליכע לאנד, וואס דאס איז איר פערזענליכע הויז און איר פערזענליכע משפחה, און דאס איז דאך פארבונדן מיט האבן א הויז מיט א בעה'ב'ישקייט, און ווי דערמאנט פריער מיט כלים און מעבל וכו כדי דאס זאל זיין א ריכטיקער הויז און א ליכטיקער הויז און א לעבעדיקער הויז איז אט דעמאלט זעט מען, אז א ריכטיקע בעה'זטע, בשעת זי שטעלט אין די הוי, שטעלט זי זיי איין גלייך פון אנהויבס אן, ניט נאר אז די הוי זאל קענען יוצא-זיין אין א וואכעדיקן צושטאנד, וואו ס'איז גענוג אז מ'האט מערניט ווי די זאכן וואס זיי זיינען מוכרח און מ'קען אן זיי ניט אנקומען, נאר א ריכטיקע באלעבאסטע בויט איר הויז בגשמיות, אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן, אין אזא אופן, אז דאס זאל זיין א הויז א פריילעכע אין וועלכע מ'ו פראווען שבתים מיט די גאנצע פריילעכקייט און לעבעדיקייט און ברייטקייט פון א שבת, על אחת כמה וכמה מקראי קודש פראווען דארט ימים טובים וואס זיי ווערן אנגערופן אז דאס איז מעין און מ'רופט אריין דעם שבת, וואס דורך דערויף ווערט דאס א יום-טוב, ווארום שבת איז נאך מערער ווי יום-טוב, ווי א אידישע בעה בית'ער זעט בפשטות, אז ס'קומט צו יום-טוב און מ'דארף האבן די סעודת יום-טוב, האט זי דערביי טאקע ניט א גרויסע טירחה, אבער עפעס א טירחה דארף מען האבן אין גרייטן און קאכן און באקן און צוגרייטן, בשעת ס'קומט דערנאך דער שבת, אדער פאר דערויף דער שבת, ווי אין דער קביעות פון היינטיק אין שבועות, איז דעמאלט האט זי קיין טירחה ניט, ווארום אלע ענינים איז שוין צוגעגרייט, נאך פון ערב שבת,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים