עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-55rf2h3d

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ביז וואנענט אז דאס ווערט פארבונדן אויך מיט משה רבינו, ווי ער שטייט בגלוי אין יעדער אידן, און פועל'ט אין דעם אידן, אז דער איד טוט כל הענינים ווי משה רבינו שבו וויל, און גיט אים כח אויף דערויף, ווי פארשטאנדיק פון פשוטו של מקרא. און משה רבינו בראשם, צוזאמען מיט אהרן הכהן, וכאמור תיכף ומיד ממש, אין ארץ-ישראל, ירושלים עיר הקודש, און אין הר הבית, און אין מקדש אדנ'כוננו ידיך, ובשמחה וטוב לבב, ועוד והוא העיקר, גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש. ובמיוחד אז מ'איז דאך חותם די ענינים דורך שליחות אין ענין הצדקה, וואס זי פועל'ט זיך אויף זריזות אין דעם קיום פון אלע הבטחות פון דעם אויבערשטן צו אידן בכלל, און דעם קיום פון די הבטחה עיקרית פון גאולה האמיתית והשלימה זריזות וקדימה, ביז אין אן אופן פון מורה באצבעו ואומר זה כמוזכר, אז תי שוין די גאולה האמיתית והשלימה, צוזאמען מיט משיח צדקנו, און צוזאמען מיטן קהל גדול ווי מ'שטייט שוין אין ארץ הקודש, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש און הר הקודש, און אין בית המקדש, מקדש אדנ'כוננו ידיך. און דאס ווערט אויך נתגלה, על דרך ווי ס'איז נתגלה געווארן אין דער גאולה פון דעם בעל הגאולה, אז אויך די עמי הארץ האבן געזען דעם פלא שבדבר און די ניסים שבדבר, ביז וואנענט אז אדרבא, זיי האבן גאר גענומען א ניינטייל, אז דאס זאל זיין בשלימות יותר וכמוזכר ומדובר כמה פעמים, און ס'ווערט צוזאמען, ואקרא על כל העמים כולם שפה אחת לעבדו כולם שכם אחד והיתה להוי'המלוכה בכל העולם כולו, בביאת משיח צדקנו,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions