Paragraph
Paragraph rh-4ry6d4we
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jg1zjy41
- order
- 5o
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פארשידנהייט איז ניט נאר אן אויסווייניקסטע זאך, נאר ס'ווערט נאך אויסגענוצט, און דאס שטרייכט נאך מערער דאס וואס זיי זיינען פארבונדן, פארבונדן ביז אין אזא מין אופן, ווי גערעדט מערערע מאל, אז דאס איז ניט א פארבונדנהייט פון צוויי באזונדערע זאכן, נאר בשעת זיי קומען זיך צוזאמען ווערט דעמאלט אנטפלעקט, אז זיי זיינען טיילן פון דעם זעלבן פאלק, און נאכמערער זיינען טיילן פון דעם זעלבן גוף. דער פאלק איז ניט ווי א זאך וואס באשטייט פון מערערע טיילן, וואס יעדערער געפינט זיך אין אן אנדער ארט און האט א באזונדער תכלית, נאר וואס דען? זיי האבן די כוונה די זעלבע אדער די תוצאה די זעלבע, נאר דאס איז א טייל פון דער זעלבער מציאות און פון דעם זעלבן גוף, נאך מערערער ווי די פאראיינציגונג פון פארשידערע מענטשן פון דעם זעלבן פאלק, ווען דאס רעדט זיך וועגן סתם א פאלק פון שבעים אומות העולם, א פאלק וואס איז פארבונדן מיט עולם מלשון העלם והסתר, וואס ס'איז ניט אזויפיל בגלוי, אז דער אויבערשטער וואס ער איז א יחיד ומיוחד איז ער דער באשעפער און דער אנפירער פון יעדער טייל פון דער בריאה בכל יום ויום און אין אלע פרטים, שטייט דאס אין א העלם והסתר עולם, און וואס איז בגלוי די פארשידנהייט, אז דער געפינט זיך אין מזרח אדער אין מעריב אדער אין צפון אדער אין דרום, און אויך אין זייער אויסווייניקסטע באשעפטיקונג געפינט מען זיך אויך ניט נאר אין פארשידענע, נאר נאך צייטנווייז אין היפך דיקע באשעפטיקונגען, און דאס רירט לגמרי ניט אן די פארבונדנהייט, נאר אדרבא דורך דעם ווערט מען נאכמער אונטערשטראכן, אז די פארבונדנהייט איז אן אמת'ע, והא ראי'אז די פארשידנהייט וואס איז טאג-טעגליך זעט מען איר אן, רירט ניט אן לגמרי די פארבונדענקייט, און ניט נאר די פארבונדנקייט, נאר ווי געזאגט פריער די פארעיינציקונג אז דאס איז אן עם אחד
- proofread
- 0