Paragraph
Paragraph rh-4qnjd56z
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rematx4
- order
- n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס מזה איז נאך פארשטאנדיק כמה פעמים ככה, ביז אין אן אופן פון אין-ערוך, ווען ס'רעדט זיך וועגן עשיריות מישראל, ובמקום קדוש, אין א בית הכנסת ובבית המדרש, ובימי רצון לאחרי ווי ס'איז שוין געווען די עבודה אויך פון יום-כיפור, ומחרת יום הכיפורים בשם השם דעם אויבערשטנ'ס נאמען וכיוצא בזה, און אין זיי גופא האלט מען שוין בא דעם דריטן טאג בזה, וואס דאס איז שוין דורכגעגאנגען רוב פון די ד'ימים שבין יום הכיפורים לסוכות, און ס'איז שוין מערניטער צו סוכות, כמדובר כמה פעמים בזה. ולאחרי כל זה, אז ס'קומט נאך צו דער ענין אז דאס איז שנת הקהל, וואס דער גאנצער ענין פון הקהל איז דאך, אז ס'הויבט אויף העם והאנשים והאנשים והטף, ביז קטני קטנים, דורך דערויף וואס זיי ווערן אלע צוזאמענגעקליבן, ווערט במילא דער ארט וואו מ'קלייבט זיי צוזאמען אפילו בזמן שאין בית המקדש קיים, בכל-שכן וקל-דחומר פון עשרה מישראל ווערט דער ארט שאין המקום קדוש, על כל פנים מקדש מעט, און מצד דערויף וואס ס'איז דא כמה עשיריות מישראל איז דאס ניט נאר מקדש מעט נאר דאס איז ניט נאר מקדש סתם, דאס איז גאר א מקדש גדול, ווי די גמרא טייטשט אפ אויף בית גדול אז דאס גייט אויף א בית הכנסת, און אז דאס גייט אויף א בית המדרש וכו'וכו כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0