עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4hyckwzh

kind
paragraph
order
Y
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס יעדער עולם לגבי דעם עולם שלפני זה איז ער אויך אין אן אופן פון בלי גבול, וכדובר בארוכה כמה פנים. וואס דערפאר איז אויך כאן הזמן והענין והעיקר, אויף נאכאמאל מעורר זיין, אז איצטער הויבט זיך ערשט אן די בחינה, צי ס'איז דער מעשה הוא העיקר בפועל, און אין אלע פרטים ווי מ'האט דאס גענומען פון חנוכה, און מ'האט דאס אראפגעבראכט אין מעשה אין אזעלכע טעג וואס ס'דארף זיין אינגאנצן באתערותא דלתתא, און אויך אין אתערותא דלתתא מאנט מען, אז ער זאל אויך האבן אין זיך דער ענין פון מוסיף מיום ליום, און פועל'ט אזוי אויך בכל בני ביתו, וואס בכללות איז דאך דאס כל עם ישראל זיינען דאך בני בית פון יעדער אידן, ווארום ס'איז דאך אן עם אחד ואב אחד לכולנו, כמדובר כמה פעמים, יעדערן פון זיי אויף, אז בא יעדערן פון זיי זאל אויך זיין הולך ומוסיף ואור מיום ליום במשך כל השנה כולה, און הולך ומוסיף ואור אויך אין אן אופן ניט דער זעלבער אור, נאר דער זעלבער אור, און דערצו קומט-צו נאך אן אור און נאך אן אור און נאך אן אור, וואס בשעת ס'קומט-צו אין ענינים של קדושה נאך אן אור מאכט ער אויך א שינוי אין דעם אור וואס איז געווען אויך פון א טאג פריער לפני זה, וכמדובר כמה פעמים אסתכל באורייתא איז אזוי פירט זיך אויך אין וועלט-זאכן ביי א אידן, אז בשעת מ'גיט א קוק אין תורה, אז בשעת ביי אים קומט-צו א ידיעה נאך אין אן ענין שבתורה קומט ביי אים צו א ידיעה בכל ענינים פון תורה וואס ער האט שוין געוואוסט פאר דערויף, וויבאלד אז ער האט נאך א ידיעה און האט נאך א ידיעה ועצתו קען אויך אין דערויף זיין אין אן אופן שבלי גבול, וואס אף על פי וואס ווי איז שייך זאגן אין א שכל פון א בן-אדם בלי גבול, איז דאך אבער זעט מען דאך בפשטות אין ענינים אין שכל, אז ביי אים ווערט נתחדש א סברא און א שכל וואס דאס איז אינגאנצן שלא בערך צו זיינע ידיעות אין שכל שלפני זה, אדער על כל
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions