עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4gza6et6

kind
paragraph
order
Cl
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'ווערט א גזירה, וכמדובר ומסופר, אין דער מגילה. דערפון ווערט אויך הימים האלה נזכרים ונעשים אז אידן דארפן וויסן, אז אף על פי ווי דער פתגם פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער בשם פון זיין פאטער וואס ער איז געווען ממלא המקומו, און ער איז דאך געווען בני יחידו, כמדובר כמה פעמים, אז ניט מיט אונזער רצון זיינען מיר געגאנגען אין גלות, און ניט מיט אונזער רצון וועלן מיר ארויס פון גלות, נאר דאס קומט אלץ פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט שוין מחליט געווען, אז כלו כל הקיצין וואס דאס איז א הוספה אלס א מאמר המוסגר בנוגע לעניננו ומצבינו עתה, וואס ער האט מודיע געווען בתורתו שלו, וואס דאס איז מלשון ההוראה ונתינת כח, אז דאס איז אן ענין וואס דער מפוז ומפרד איז דאס געווען על ידי הקב'ה, אבער מיט א תקפות און מיט א כוונה, אז דאס זאל ברענגען צו נאכמער בענקעניש פון יעדערן צו אלע איבעריקע אידן, ביז וואנענט אז זיי ווערן איין מציאות, כמוזכר לעיל, ואהבת לרעך כמוך. און אט דער ענין, אף על פי וואס דאס דערמאנט מען דאך בכל יום און נאך קודם התפילה, ווי דער אלטער רבי האט דאס
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions