Paragraph
Paragraph rh-4gx13bwm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- Es
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וויל דאס אזוי, און פארוואס וויל דאס דער אויבערשטער אזוי וואס ער איז מקור כל הברכות וההצלחות, איז דאס דערפאר וואס אין דערויף וואס ס'שטייט די גרעסטע ברכה והצלחה וואס א איד קען האבן אין זיין לעבן, וואס דאס איז דער מאכן א דירה לו יתברך, אויפבויען דעם פאלאץ פאר דעם אויבערשטן דורך דערויף וואס ער מאכט צום אלעם ערשטן, זעט ער, אז ס'זאל מקויים ווערן ווי דער לשון הכתוב ושכנתי בתוכם וואס בתוכם איז דאך דער אפטייטש דער פשוט'ער אפטייטש, בתוכם אין דער אינעוועניקייט, אין דער פנימיות פון יעדער אידן, וואס דאס איז זיין נשמה, און די נשמה געפינט זיך אין זיין גוף, ווערט דאס אויך דער שכנתי בתוכם אין דער נשמה און אין זיין גוף, און וויבאלד אז דער גוף איז פארבונדן אויך מיט א דירה גשמית, איז ער מקיים אין דער דירה גשמית אויך די שליחות פון ושכנתי בתוכם בדוגמא ווי דער פירוש הפשוט אין דעם הפסק ושכנתי בתוכם גייט דאך דאס אויף דעם משכן וואס מ'האט געבויט אין
- proofread
- 0