עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4g3yc6g2

kind
paragraph
order
hd
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ניט נאר אין איר צימער, נאר דורך דערויף וואס זי וועט אנצינדן אין א מקום מסויים, אדער אויפן זעלבן טיש אין דעם כללות'דיקן את חדר, אדער אפילו ווען זי האט א באזונדער חדר אין איר חדר, ווי דערמאנט מערערע מאל, איז ניט קוקנדיק וואס זי איז ערשט געווארן צוויי יאר, אדער צוויי מיט א האלבן יאר, על אחת כמה וכמה דריי יאר, און אפילו אויב זי איז שייכות דאס צו גלייך ווי זי ווערט שוין אלט א יאר, און הויבט שוין אן רעדן קען זי דאך זיכער מאכן אויך אט די ברכה. און ווי מ'זעט אויך בפשטות די ליכטיקייט פון דעם פנים פון א קינד פון איין יאר, ווען ער זעט אז ער האט אנגעצונדן א ליכט און ס'איז געווארן ליכטיק ארום אים, און א ליכטיקייט ניט קיין געמאכטע, בכלל ניט שייך צו מאכן זאכן וואס דאס איז מערניט ווי א דמיון, נאר דאס וואס א קינד טוט, ובכלט א אידישער קינד טוט, ווערט דאס ביי אים מיט דער גאנצער אמת'קייט און מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיט דער גאנצער שטארקייט פון א אידיש קינד, אז דערנאך זאל ער אזוי ממשיך זיין מפעם לפעם.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions