Paragraph
Paragraph rh-4fznvgpz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- GX
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מנין דעם זעלבן בית-הכנסת און דעם זעלבן המשך און מיט די זעלבע ברכות, טאקע פאר יעדער פרשה באזונדער, אבער דערנאך ווערט דאס דער זעלבער נוסח אין די ברכות, און במילא ווערט דאס פאראיינציקט מיטן אויבערשטן, מיטן נותן התורה, און וועמען האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה, ווי דערמאנט פריער, אז וויבאלד אז בחר בנו מכל העמים אנהויבנדיק פון קליינע קינדער, גלייך ווי זיי ווערן געבארן, צי דאס איז אן אינגעלע אדער א מיידעלע, זאגט מען, אז ער איז געבארן געווארן אין דעם עם ישראל, וואס דער אויבערשטער האט אים אויסגעקליבן און האט אפגעגעבן יעדערער פון זיי אין אן אופן פון מורשה קהילת יעקב אז ער באקומט דאס בירושה, וואס ירושה איז דאך אן ענין ניט פארבונדן אזוי מיט שכן, פארבונדן מיט א שייכות, אז וויבאלד אז ער איז א קינד פון דעם מוריש, פון דעם וואס דאס געהערט צו אים, אזוי אויך וויבאלד אז די תורה איז דאך דאס תורתו פון דעם אויבערשטן געהערט דאס צו יעדער אידיש קינד אויף וועלכן מ'זאגט אז בנים אתם להוי'אלקיכם, און ער באקומט דאס בירושה גלייך ווי ער ווערט געבארן,
- proofread
- 0