עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4egw23ak

kind
paragraph
order
H
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזא מןוחה וואס ס'העלפט זיי נאך ארויס, איז דאך דא אזא מןוחה וואס איז גורם אויף אנטשלאפן ווערן, בא זיי פארקערט, איז דאס אזא מןוחה וואס ס'איז בא זיי גורם, אז זיי זאלן האבן נאך מערער א טיפערן שכל, נאכמערער א גרעסערן שכל, און נאכמערער א ברייטערן שכל, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז וויבאלד אז מ'שטעלט זיך אוועק, אין פרשה בראשית, ובפרט אין שבת פרשה בראשית-אזוי גייט דאס דערנאך כל השנה כולה, אנהויבנדיק אז אזוי גייט דאס בכל התורה כולה, וואס פרשה בראשית איז די ערשטע פרשה וסדרה פון כל התורה כולה. און יהי רצון, אז יעדערער פון אייך זאל מוסיף זיין אין לימוד כל התורה כולה, כמוזכר לעיל, אנהויבנדיק פון האבנדיק א קביעות עיתים אין לימוד הרמב,"ם, וואס ער איז דאך כולל כל התורה כולה, און ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין דער מעלה הכי גדולה פון ידיעת כל דיני התורה כולה, וכמדובר כמה פעמים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions