Paragraph
Paragraph rh-4e9wt70t
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4amkqh6x
- order
- 2W
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בדוגמא ווי ביי אים גופא איז הענגט זיך אויך אפ, בשעת ער איז פארבונדן מיט ענינים פון קריאת-שמע, איז ער פארבונדן מיט ברכת קריאת-שמע, בשעת ער איז פארבונדן מיט ענינים פון תפילה אדער פון תורה, איז ער פארבונדן מיט ברכת התורה אדער ברכות התפילה, און דערנאך איז דא, ווי בשעת יעדערער האט דאך זיך זיין שיעור אין תורה אדער זיין שיעור אין תפילה אדער שיעור אין תהלים, בפרט נאך לויט דעם מנהג וואס מ'זאגט אין דעם קאפיטל תהלים המתאים למספר שנותיו, לויט די יארן און לויט דעם גיל, איז יעדער האט דאך לויט זיין גיל דעם קאפיטל תהלים, מזמור תהלים המתאים דוקא צו דעם גיל, ביחד עם זה איז דאס אלץ חלקים פון דעם זעלבן ספר תהלים פון דעם זעלבן יום זמירת ישראל, פון דוד, און מ'זאגט אויך, אז דוד ווערט אנגערופן דוד מלך ישראל חי וקיים אז ער איז דער מלך פון יעדער אידן און אלע אידן בכל הדורות כולם, וואס א מלך פירט זיך אן און גיט זיך שטארקייט און ווייזט אן ווי אזוי אויפצופירן זיך, ואשר יוציאם ואשר יביאם איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט דעם זעלבן
- proofread
- 0