עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-493nf15v

kind
paragraph
order
p
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און בפרט נאך אויך ווי געזאגט, אז ס'איז דאך דא א שקלא וטריא צי די ווערטער לאחרי זה קומען אויך פון רמב בם, אבער בכל אופן איז דאך דאס ווערטער הראויים למקום זה ולספר זה, ווארום זיי זיינען דאך אפגעדרוקט געווארן דורך גדולי ישראל, עאכו כמה וכמה אז ס'קען גאר זיין אז דאס איז דער לשון הרמב״ם עצמו, זאל זיין דער ענין בפשטות, אז נשלימו די הלכות מלכים והלכות מלכים והחיבור כולו, ברוך שאמר והי'העולם בפרטי ובכללי. און אויך, ס'איז דאך אויך א שאלה, אז דאס איז דעם רמב'ס לשון, און בכל אופן איז דאך דאס א לשון פארבונדן מיט מנהג ישראל בכל מקום, און א לשון וואס איז כולל אין זיך, הטל, ווערט דער טעם ונשלם שבח לכל בורא עולם. און ס'זאל זיין בפשטות, אין אן אופן, אז ס'ווערט ונגלה כבוד הוי'בראו כל בשר יחדיו ווערט דאך דאס דעמאלט די תמימות, ובפרט אז דאס איז שנה תמימה, און ס'ווערט אויך דער ונשלם אין אן אופן פון שלימות, און די אידן האבן נאכמערער דעם כח אויף נאכמערער מוסיף זיין אין דעם שבח לכל, בורא עולם, אז זיי זיינען נאכאמאל ממשיך מחדש אז דער אויבערשטער איז בורא עולם נאכאמאל מחדש, אין דער דוגמא ווי תורה חדשה מאיתי תצא, אויך דער בורא עולם, דער עולם חדש מאיתי תצא. און דאס ווערט אפגעטאן בפשטות למטה מעשרה טפחים, כמדובר כמה פעמים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions