Paragraph
Paragraph rh-47qvy3fh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-641vg10n
- order
- F
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער אור אין דער לבנה פון דעם שמש, ווארום לבנה איז סיהרא לית לה מגרמה כלום ווען ס'רעדט זיך וועגן עניניו, וואס ענין פון סיהרא איז דאך להאיר על הארץ בדוגמא פון דעם שמש, איז אט דעמאלט ווערט ווען ס'ווערט דער ענין פון הזה מולד הלבנה אט דאס נעמט ארויס און פועל'ט אויף דער צאת בני ישראל לארץ מצרים, און ווי ער איז מבאר בארוכה, אז דער ענין התורה איז דאך, אז דאס זאל געבן עוז ותושי'אן כח צו א אידן, ער זאל דורכפירן אלץ וואס ער דארף אויפטאן, וואס דאס איז פארבונדן דורך דערויף וואס ס'ווערט תושי'פון אלע ענינים וואס זיינען מונים און מבלבלים בזה, וואס דאס איז דער לצאת בני ישראל מארץ מצרים. וואס מצד עצמו, איז דאס וויבאלד אז מ'האט די מצרים די מיצרים וגבולים פון דעם גוף, און פון גשמיות ועולם בכלל, איז דאך דאס מונע און מעכר, אז ס'זאל זיין אן ענין למעלה מהגבלה ממדידה והגבלה, על אחת כמה וכמה אן ענין פון אור אמיתי, איז כדי ס'זאל זיין דער צאת בני ישראל מארץ מצרים דארף מען האבן דעם ענין פון עוז ותושי'וואס דאס איז אין עוז אלא תורה און זי ווערט אויך אנגערופן בשם תושי ווארום זי איז נותנת עוז צו א אידן, און אויך תושי'פון די ענינים וואס זיי האלטן אדער מאכן שווערער ביי א אידן, דורכפירן זיין עבודה האמורה, וואס ער האט דעם ענין פון תורה. ווי אזוי קען תורה אין דערויף אויפטאן, דערפאר וואס סינת התורה האט מען גלייך געזאגט וידבר אלקים את כל הדברים האלה לומר און ווי ער שטעלט זיך אפ אין מאמר, אז ווי פאסט דא דער ווארט לומר בכל מקום בתורה, אז מ'זאגט לומר איז כדי דאס איבערגעבן צו א צווייטן וואס ער אליין האט דאס ניט געהערט, בשעת
- proofread
- 0