English
ספרייה
kind
paragraph
order
vE
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דאס אלץ היילט נאכמערער צו דעם ארויסגיין פון גלות הפרטי, ביז אויך ארויסגיין פון גלות בפשטות, און מ'האט די גאולה האמיתית והשלימה, און וואס דעמאלט גיט מען נאכמערער צו אין די הכנות צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, און אויך צו דעם שבת שלפני זה, און ימי הגבלה שלפני זה און ראש-חודש שלפני זה, ה, ביז אויך די שמחה גדולה היינטיקן טאג ממש, והולך ומוסיף אלס מערער צוגעבן אין אידישקייט, און דער אויבערשטער גיט אלס מערער צו אין זיינע ברכות, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מ'גייט מתוך שמחה וטוב לבב אויף מקבל זיין אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, און מ'מאכט דערצו די פאסענדע אידישע כלים, און כלים ריקים אל תמיטים מ'מאכט אלץ מערער, אין אלע זאכן פון אידישקייט גיט דאס נאך אלץ מערער צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און מ'האט א פריילעכע וואך און א געזונטע וואך און א אידישע וואך און א לעבעדיקע וואך, און א וואך וואס מ'גרייט זיך צו קבלת התורה, און אויך צו קבלת פני משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים