Paragraph
Paragraph rh-45h4jfmg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-82j3335t
- order
- Q
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ועד סופו, על דרך ווי מ'האט ערשט מסיים געווען אין התחלת שבוע זה דעם לימוד פון איינעם פון די מחזירים אין רמב,"ם, און מ'האט גלייך אנגעהויבן בהמשך נאכאמאל מיט תחילת הרמב,"ם, און דערנאך אויך על מנת לסיימו במשך פון די שנה הבאה, וויבאלד אז מ'לערנט ווי נתפשט המנהג פון ג'שלשה פרקים ליום איז מען דאך מסיים בכל שנה ושנה, על כל פנים פעם אחת דעם רמב",ם. און יהי רצון איז זאל מען נאכמערער מוסיף זיין אין התמדה ושקיעה, אין שיעורים בתורה, און נאכמערער לערנען תורה אן קיין שיעורים און אן קיין מדידה והגבלה, נאר אפילו אז מ'כאפט זיך אויף אין מיטן שלאף איז וועגן וואס טראכט מען, און נאכמערער, אפילו אין שלאף וואס חלום זיך, חלום זיך אן ענין אין תורה, כולל אויך אן ענין אין פלפל התורה. און ויהי רצון, כמדובר כמה פעמים, מ'זאלט נאכמערער מוסיף זיין בפשטות אין התמדה ושקידה אין לימוד התורה בנגלה, און לימוד התורה בפנימיות התורה, וואס איז דאך דא סיי בנוגע צו משנה און סיי בנוגע צו גמרא,
- proofread
- 0