Paragraph
Paragraph rh-4504h48n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jmgp881s
- order
- qJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אריין דעם אלף אין דעם ענין און דעם ווארט פון גולה און פון גלות ווערט דאך דער ווארט גאולה. ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט גלייך אויסגעלייזט א גאולה פרטית אין יעדער אידישע הוי, בפרט דורך נשים צדקניות, דורך די עקרת הבית און דורך איר טאכטער וואס זי האדעוועט, און איז מחנך אין דעם זעלבן רוח אין דעם זעלבן גייסט, אז דאס זאל זיין בשמחה בפנימיות, און דערפון טאנצט מען גלייך אויף מקבל-זיין פני משיח צדקנו. ובפרט נאך אז ווי ס'איז דאך נהוג מאכט מען יעדערער פון אייך אויף א שליח שלוחה אויף געבן א סליחות אויף צדקה בפרט, און במיוחד דאס איז דאך א הכנה אויך צו קבלת התורה און צו עבודת התפילה, איז דאך דאס פארבונדן אויך מיט דער מצות צדקה במיוחד, זאל אזוי אויך אויפנעמען די שליחות און מוסיף-זיין יעדערע פון אייגענע געלט, און מתוך שמחה וטוב לבב, סיי חתונה-געהאטע און סיי ניט-חתונה-געהאטע, איז ווי ס'פירט זיך אין אונזערע צייטן, האבן דאך אפילו קליינע מיידעלעך, באקומען זיי זיך אויך עלאונס, באקומען זיי אויך געלט אויף זייערע הוצאות, און וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן א אידישע מיידעלע, איז דאך א זיכערע זא�
- proofread
- 0