עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-42d2daq9

kind
paragraph
order
4Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זאך פאר דעם צווייטן קינד, און פאר א דריטן קינד, און פאר מערערע קינדער, אין צוגאב דערצו, וואס בשעת א קינד פירט זיך אויף ווי ס'דארף-צו-זיין, סיי ביי אידן און סיי ביי ניט-אידן, איז אט דעמאלט גיט ער דעם גרעסטן פארגעניגן און דעם גרעסטן טוב וואס ס'קען זיין בא זיין פאטער און בא זיין מוטער, בשעת זיי קוקן זיך צו און זיי זעען ווי אזוי זייער קינד, וואס זיי האבן אים דערצויגן אין א באשטימטן וועג, נוצט דאס אויס אין אן אופן אויף צו מאכן גוט ניט נאר זיך, נאר אויך די ברידער און שוועסטער זיינע און די חברים זיינע און אלע קינדער פון דער גאנצער וועלט, און מאכן גוט אין אן אופן פון א צווייענדיקן גוף, גוט, סיי גוט בגשמיות און סיי גוט ברוחניות, און בשעת א קינד, וועלכער קינד ס'זאל ניט זיין, טוט א זאך אין וועלט טוט ער דאס אין אזא מין אופן, אז דאס זאל אויפהויבן מאכן בעסער די וועלט, און אויפהויבן די וועלט סיי אין דעם גוף פון דער וועלט און סיי אין דער נשמה פון דער וועלט,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions